דער מבול און קאַפּיטאַליזם

Deluge and Capitalism

אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ דעם ערשטן מײַ, 2014
אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ דעם ערשטן מײַ, 2014

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 08, 2014, issue of May 23, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אינעם יאָר 1922 — די זעלבע תּקופֿה, ווען האַלפּערין האָט געשילדערט דעם אייבערשטן ווי אַ פֿאַבריקאַנט — האָט עמיאל אַרויסגעגעבן דעם ערשטן חלק פֿון זײַן ספֿר „דרכּי משה — דרך הקודש‟. דאָרט דערקלערט ער, אַז דער מבול איז געווען אַ שטראָף פֿאַרן שאַפֿן אַ סיסטעם, וואָס דערמעגלעכט צו באַגנבֿענען די מענטשן דורך געזעצלעכע מיטלען.

די מענטשן פֿונעם דור־המבול האָבן געטראַכט, אַז זייער געזעלשאַפֿט איז אַ געזונטע, ווײַל דאָרטן נעמט מען דעם לעצטן גראָשן בײַ דעם אָרעמאַן אויף אַ „כּשרן‟ אופֿן, אָן קיין גראָבער דירעקטער רויבערײַ. דערפֿאַר איז יענער דור באַשטראָפֿט געוואָרן דווקא דורך אַ וואַסער־פֿאַרפֿלייצונג. וואַסער איז געזונט און פֿריש, ווען ס׳איז גלײַך פֿאַרשפּרייט אויף דער וועלט; ווען עס ווערט קאָנצענטרירט אין איין אָרט, קאָן עס ווערן גאַנץ טויטלעך. אין זײַן שפּעטערדיקן ספֿר, „דרשות אל עמי‟, האָט עמיאל בפֿירוש דערקלערט, אַז ער האָט געמיינט דערמיט קאַפּיטאַליזם, און אַז די קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם איז בעצם אַן עבֿודה־זרה — אַ קולט פֿון געלט און מאַכט. כּדי זיך צו באַפֿרײַען, מוזן די מענטשן אַרויסוואַרפֿן זייערע „גאָלדענע און זילבערנע געצן‟.

עמיאל איז געווען אַ חידושדיקער גאון — אַ תּלמיד פֿון די גרעסטע ליטווישע רבנים און אַ מומחה אין פֿילאָסאָפֿיע און אַנדערע חכמות. ער איז געבוירן געוואָרן אינעם קליינעם שטעטל פּאָראָזאָוו, איצט ווײַסרוסלאַנד; געדינט בײַ 23 יאָר ווי אַ רבֿ און סווענטשיאַן, ליטע, און געגרינדעט דאָרטן אַ ישיבֿה; דערנאָך האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער רעליגיעז־ציוניסטישער באַוועגונג „מזרחי‟; געדינט ווי דער הויפּט־רבֿ און פּראָמינענטער קהילה־מנהיג אין אַנטווערפּן, בעלגיע; פֿון 1935 ביז דער פּטירה איז ער געווען דער הויפּט־רבֿ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. ס׳קאָן זײַן, אַז דעם אומגעוויינטלעכן פֿאַמיליע־נאָמען האָט עס אויסגעקליבן צוליב זײַנע העברעיִסטיש־ציוניסטישע נטיות. צום באַדויערן, האָט זיך מיר נישט אײַנגעגעבן אויסצוגעפֿינען, צי ס׳איז טאַקע געווען אַזוי.

אַ פּאָסט־מאַרקע מיט הרבֿ משה־אַבֿיגדור עמיאל
אַ פּאָסט־מאַרקע מיט הרבֿ משה־אַבֿיגדור עמיאל

אין זײַנע ווערק, באַהאַנדלט עמיאל כּסדר פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס. איינס פֿון זײַנע ווערק, „הצדק הסוציאלי והצדק המשפּטי והמוסרי שלנו‟, איז אינגאַנצן געווידמעט דער טעמע פֿון סאָציאַלן יושר. עמיאלס ספֿרים זענען אויך פֿול מיט פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען; צומאָל מישט ער אויס, למשל, דאָס חסידות־חב״ד מיט דער קאַנטיאַנער פֿילאָסאָפֿיע. בהסכּם מיט זײַן קענגערשאַפֿט צו נאַציאָנאַליזם, האָט ער געגלייבט אין דער סאָציאַלער גלײַכקייט פֿון ייִדן און נישט־ייִדן, מענער און פֿרויען, מענטשן מיט פֿאַרשיידענע דעות און לעבנס־שטייגערס, און אַ סך אָנגעשריבן וועגן דעם.

הגם עמיאל ווערט באַטראַכט ווי אַ פּראָמינענטער אידעאָלאָג פֿון דער רעליגיעז־ציוניסטישער באַוועגונג, איז ער נישט געווען אַ פּאָליטישער ציוניסט אינעם הײַנטיקן זין. נישט געקוקט אויף דער פֿאַרבינדונג מיט די מיזרחיסטן, האָט ער זיך באַצויגן מיט אַן אומקאָמפּראָמיסלעכער קעגנערשאַפֿט צו אַלע מינים נאַציאָנאַליזם, אַרײַנגערעכנט דעם ציוניסטישן. לויט זײַן מיינונג, איז נאַציאָנאַליזם דער ערגסטער מין עבֿודה־זרה, וואָס ברענגט גראָד צו שאָוויניזם, פֿאַשיזם און רציחה.

ס׳זעט אויס, אַז עמיאלס ציוניזם איז געווען פֿונעם קולטורעלן סאָרט — נעענטער צו מאַרטין בובערס שיטה. ער האָט געגלייבט, אַז ארץ־ישׂראל מוז ווערן אַ גרויסער צענטער פֿון ייִדישקייט, וווּ ייִדן און אַנדערע מענטשן זאָלן לעבן און אַרבעטן צוזאַמען בשלום. עמיאל האָט געשטיצט די ציוניסטישע פֿאָלק־שולן און אַנדערע נאַציאָנאַלע קולטור־פּראָיעקטן, אָבער געגלייבט, אַז „אינטערנאַציאָנאַליזם איז דער סאַמע יסוד פֿון ייִדישקייט‟ און אַז, נישט מער און נישט ווייניקער, „משה רבינו האָט געשאַפֿן דעם ערשטן וועלט־אינטערנאַציאָנאַל‟.