(די 3 טע זײַט פֿון 3)
וואָס שײַך סאָציאַליזם, האָט עמיאל געהאַלטן, אַז די מאַרקסיסטיש־לעניניסטישער שיטה קאָן זײַן אַ ביסל בעסער, ווי קאַפּיטאַליזם. זי לײַדט אָבער פֿון טאָטאַליטאַרע נטיות און אַנטהאַלט אין זיך צוליב דעם אויך אַ שטיקל עבֿודה־זרה. דעם מלוכישן סאָציאַליזם פֿאַרגלײַכט ער מיטן דור־הפֿלגה — די בויער פֿונעם מגדל־בבֿל, וועלכע האָבן געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטע דיסציפּלינירטע אימפּעריע.
עס באַקומט זיך, אַז די בעסטע פּאָליטישע סיסטעם וואָלט געווען, לויט עמיאלס מיינונג, אַן אַלטערנאַטיווער מין געזעלשאַפֿט, וווּ די אינדיווידועלע פֿרײַהייט פֿונעם יחיד ווערט קאָמבינירט מיט סאָציאַל־עקאָנאָמישער גלײַכקייט. דער ישׂראלדיקער פּראָפֿעסאָר אַמנון שאַפּיראָ האָט באַמערקט, אַז עמיאלס פּאָליטישע שיטה שטימט בעצם מיטן אַנאַרכיסטישן געדאַנקען־גאַנג. דער דערמאָנטער ספֿר וועגן דעם סאָציאַלן יושר איז טאַקע פֿול מיט אַנטי־מלוכישע לינקע געדאַנקען.
די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט דעם 6טן מײַ איבערגעגעבן, אַז דער מבול, וואָס איז אויסגעבראָכן מיט אַ וואָך פֿריִער און גורם געווען אַ סך היזק אין אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט, איז געווען אַ רעזולטאַט פֿון די גלאָבאַלע עקאָלאָגישע צרות, וואָס זענען טאַקע פֿאַרבונדן מיט דער געברויך־קאָנקורענץ פֿונעם הײַנטיקן קאַפּיטאַליזם. אַזאַ דענקער, ווי עמיאל, וואָלט געקאָנט זאָגן, אַז די צעשעדיקטע עקאָלאָגיע אַליין האָט נישט געוואָלט וואַרטן ביזן ערשטן מײַ, און אָנגעהויבן איר אייגענעם פּראָטעסט מיט אַ טאָג פֿריִער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.