דאָס נײַע ייִדישלאַנד: בריסל און לעוּוואַרדען

The New Yiddishland: Brussels and Leeuwarden

בריסל: סאָניאַ פּינקוסאָוויטש און דער מחבר
בריסל: סאָניאַ פּינקוסאָוויטש און דער מחבר

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

איזאַבעלע האָט געהאַט די שליסל און האָט מיר געוויזן די וווינונג. זײַנע מאָלערײַען זענען אומעטום גע­האָנגען, און דאָ און דאָרט האָט מען געזען אַן אָביעקט פֿון דער מלחמה, ווי די אַלטע מימעאָגראָף־מאַשין, אויף וועלכער מע האָט געדרוקט די אומלעגאַלע ליטעראַטור. לויט די אַנאָנסן אויף דער וואַנט, טרעטן הײַנט אויף אין „אַטעליע מאַרסעל האַס­טיר‟ סײַ ייִדישע זינגער און קאַפּע­ליעס, ווי מרים פֿוקס, סײַ רעד­נער אויף כּלער­ליי קולטורעלע טעמעס.

פֿון בריסל, אַרויסגעלאָזט פֿון אַ גע­זעלשאַפֿט „פּראָגרעסיווע ייִדן‟, דערשײַנט שוין יאָרן לאַנג דער חודש­לעכער זשורנאַל „פּואַנט קרי­טיק‟ (Points critiques), וועלכער אינ­טערעסירט זיך מיט ייִדישע ענינים, געשיכטע, הײַנ­טיקער פּאָליטיק, און אויך ייִדיש. טיילן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור ווערן געדרוקט אין איבערזעצונג און אין אָריגינאַל אין יעדן נומער.

קיין בריסל בין איך געפֿאָרן, ווײַל די שטאָט ליגט גלײַך אויפֿן וועג, קיין צפֿון־האָלאַנד, וווּ מע האָט מיך פֿאַרבעטן אויפֿן דריטן „ייִדיש־פֿעס­טי­וואַל־לעוּוואַרדען‟, פֿו­נעם 30סטן אַפּריל ביזן 4טן מײַ. די אָר­גאַני­זאַ­טאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, די ייִדי­שע זינ­גערין לוסעט וואַן־דען־בערג, שטאַמט פֿון דעם טייל האָלאַנד, וווּ די באַפֿעל­קערונג רעדט סײַ האָלענ­דיש, סײַ פֿריזיאַניש. אַן ערך 400,000 האָלענדער קענען פֿריזיאַניש, אַ דײַטשע שפּראַך, וועלכע קלינגט אויך אַ ביסל ווי ענגליש.

אַ האָלענדיש־ייִדיש בוך פֿון דער לעאָ פֿוקס ביבליאָטעק „טרעסאָאַ”
אַ האָלענדיש־ייִדיש בוך פֿון דער לעאָ פֿוקס ביבליאָטעק „טרעסאָאַ”

דער ערשטער „ייִדיש־פֿעסטי­וואַל־לעוּוואַרדען‟ איז פֿאָרגעקומען אין 2008, און איצט אָרגאַניזירט מען עס יעדע צוויי יאָר. אין 2012 האָט מען נישט אָפּגעהאַלטן דעם פֿעסטי­וואַל צוליב אַ בודזשעט־קריזיס; האָט מען געפּראַוועט דעם דריטן פֿעסטי­וואַל הײַנטיקס יאָר. געצילט סײַ אויף ייִדי­שע זינגער, סײַ אויף מוזיקער, האָט מען פֿאַרבעטן די קעשענע­ווער, יעפֿים טשאָרני און סוזאַן גער­גוס, אָנ­צופֿירן מיט די געזאַנג־וואַר­שטאַטן, און די אַקאָרדיאַניסטין סאַנע מאָ­רעקע צו „קנעלן‟ מיט די קלעז­מאָ­רים־סטודענטן. פֿון ענגלאַנד איז גע­קו­מען פּאָלינאַ שעפּהערד צו דירי­גירן מיט אַ כאָר.

די אונטערנעמונג האָט זיך אָנגע­הויבן מיט אַ פּראָגראַם לזכּרון מײַן מאַמען, די דיכטערין ביילע שעכ­טער־גאָטעסמאַן, אין וועלכער איך האָב דערציילט וועגן איר לעבן און שאַפֿן. וואַן־דען־בערג האָט גע­האַט אַ נאָענטע באַציִונג מיט מײַן מאַ­מען, מיט וועמען זי האָט זיך באַ­קענט אין דער ווײַמאַרער ייִדיש־זו­מער־פּראָ­גראַם אין 2004. זי האָט רע­קאָר­דירט די נײַסטע קאָמפּאָזיציעס אירע אויפֿן קאָמפּאַקטל „פֿרילינג‟.

עס איז אויך געקומען צום פֿעס­טיוואַל אַ פּאַריזער פּאָרל, וואָס איך האָב באַגעגנט צום דריטן מאָל אויף מײַן נסיעה — סאַלאָמאָן און פּאָלעט ביעלאַסיאַק. אין בערלין זענען זיי בײַגעווען אויפֿן „צוליב ביילע‟־קאָנ­צערט; אין פּאַריז, זענען זיי געקומען אויף דער זינגערײַ, וואָס איך האָב געהאָלפֿן אָנצופֿירן בײַם „מע­דעם/אַרבעטער־רינג־צענטער‟. זיי זענען נישט סתּם ייִדיש־ענטוזיאַסטן — בײַ דעם לעוּואַרדענער פֿעסטיוואַל האָט סאַלאָמאָן אָנגעפֿירט מיט אַ שמועסקרײַז אויף ייִדיש, און אין דער הײַיאָריקער ווײַמאַרער ייִדיש זומער־פּראָגראַם וועט ער, אַ לאָדזש־געבוירענער, אָנפֿירן מיט אַן ענלעכן קרײַז, און פּאָלעט וועט לערנען ווי צו קאָכן ייִדישע מאכלים (איך האָב גע­נאָסן פֿון אירע געשמאַקע פּאָט­ראַ­וועס אין פּאַריז).