וואָס שייך ייִדיש אין בעלגיע ווייסן אַלע וועגן אַנטווערפּן, די שטאָט פֿון דימענט־שלײַפֿער און -הענדלער; אַ שטאָט, וווּ סײַ די חסידים, סײַ די פֿרײַע קענען ייִדיש. אָבער וואָס וועגן בריסל, וואָס איז נישט בלויז די הויפּטשטאָט פֿונעם לאַנד, נאָר אויך די הויפּטקוואַרטיר פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד? איך האָב אָנגעקלונגען צו אַן אַלטער חבֿרטע, סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטווע, אַ מיטאַרבעטערין אין ייִוואָ אין די 1980ער יאָרן, וועלכע האָט זיך איבערגעפּעקלט קיין בריסל און איז הײַנט די לערערין פֿון ייִדיש אינעם אָרטיקן „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע שטודיעס”.
יעדע דרײַ זומערן אָרגאַניזירט דראַטווע בײַ זיך אין אינסטיטוט אַן אינטענסיוון זומערקורס פֿון דער ייִדישער שפּראַך, און דאָס יאָר וועט מען דאָס אָפּהאַלטן פֿונעם 14טן יולי ביזן 25סטן יולי, מיט די לערערס חיהלע ביר, יצחק ניבאָרסקי, אַניק פּרים־מאַרגולעס, רפֿאל גאָלדוואַסער, און שורה ליפּאָווסקי. //www.ulb.ac.be/facs/philo/judaisme/index-8.html . זי האָט מיך פֿאַרבעטן בעת מײַן וויזיט צו רעדן אויף ייִדיש וועגן ייִדישע פֿאָלקזינגער פֿאַר אירע סטודענטן, און ס’איז געקומען אַ פֿײַנער עולם ייִדן פֿון דער קהילה.
איך בין אײַנגעשטאַנען איין נאַכט בײַ אַ פֿרוי פֿון שפּאַניע, איזאַבעלע, בײַ וועלכער, מיט צוויי יאָר פֿריִער, איז אײַנגעשטאַנען מײַן פֿרוי. קומענדיק פֿון פּאַריז, איז מײַן לשון געווען אַ מישמאַש פֿון פֿראַנצייזיש און ניו־יאָרקער שפּאַניש, אָבער איך האָב געהאַט אַ גליק, וואָס זי האָט אַלץ פֿאַרשטאַנען, אָן איבערצופֿרעגן. די דירה האָט געשטאַמט פֿון מלך סאָביעצקיס צײַטן, און איז אַמאָל מסתּמא געווען אַ שיינע, אָבער הײַנט, איז געווען קלאָר, אַז קיין סך געלט האָט זי נישט פֿאַרמאָגט צו מאַכן אַ רעמאָנט, און אַז דער באַלעבאָס פֿון דער דירה אין אַנטווערפּן האָט נישט געוואָלט אַרײַנלייגן קיין געלט זי לײַטיש אויפֿצוהאַלטן.
אָבער נאָך אַ צופֿאַל, ווי אַ סך צופֿאַלן אויף מײַן רײַזע: אינעם שכנותדיקן הויז האָט זיך געפֿונען די סטודיע פֿון אַ קינסטלער, מאַרסעל האַסטיר, אַ קעמפֿער אין דער בריסלער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, וועלכער האָט נאָך דער מלחמה געהאַלטן זײַן סטודיע, און זי איבערגעמאַכט אין אַ לאָקאַל פֿאַר קולטור־פּראָגראַמען. צי ער אַליין איז געווען אַ ייִד, איז מיר נאָך נישט קלאָר, אָבער געהאָלפֿן די ייִדן האָט ער זיכער. האַסטיר איז געבוירן געוואָרן אין בריסל אין 1906 און געשטאָרבן צו 105 יאָר אין 2011.
איזאַבעלע האָט געהאַט די שליסל און האָט מיר געוויזן די וווינונג. זײַנע מאָלערײַען זענען אומעטום געהאָנגען, און דאָ און דאָרט האָט מען געזען אַן אָביעקט פֿון דער מלחמה, ווי די אַלטע מימעאָגראָף־מאַשין, אויף וועלכער מע האָט געדרוקט די אומלעגאַלע ליטעראַטור. לויט די אַנאָנסן אויף דער וואַנט, טרעטן הײַנט אויף אין „אַטעליע מאַרסעל האַסטיר‟ סײַ ייִדישע זינגער און קאַפּעליעס, ווי מרים פֿוקס, סײַ רעדנער אויף כּלערליי קולטורעלע טעמעס.
פֿון בריסל, אַרויסגעלאָזט פֿון אַ געזעלשאַפֿט „פּראָגרעסיווע ייִדן‟, דערשײַנט שוין יאָרן לאַנג דער חודשלעכער זשורנאַל „פּואַנט קריטיק‟ (Points critiques), וועלכער אינטערעסירט זיך מיט ייִדישע ענינים, געשיכטע, הײַנטיקער פּאָליטיק, און אויך ייִדיש. טיילן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור ווערן געדרוקט אין איבערזעצונג און אין אָריגינאַל אין יעדן נומער.
קיין בריסל בין איך געפֿאָרן, ווײַל די שטאָט ליגט גלײַך אויפֿן וועג, קיין צפֿון־האָלאַנד, וווּ מע האָט מיך פֿאַרבעטן אויפֿן דריטן „ייִדיש־פֿעסטיוואַל־לעוּוואַרדען‟, פֿונעם 30סטן אַפּריל ביזן 4טן מײַ. די אָרגאַניזאַטאָרין פֿונעם פֿעסטיוואַל, די ייִדישע זינגערין לוסעט וואַן־דען־בערג, שטאַמט פֿון דעם טייל האָלאַנד, וווּ די באַפֿעלקערונג רעדט סײַ האָלענדיש, סײַ פֿריזיאַניש. אַן ערך 400,000 האָלענדער קענען פֿריזיאַניש, אַ דײַטשע שפּראַך, וועלכע קלינגט אויך אַ ביסל ווי ענגליש.
דער ערשטער „ייִדיש־פֿעסטיוואַל־לעוּוואַרדען‟ איז פֿאָרגעקומען אין 2008, און איצט אָרגאַניזירט מען עס יעדע צוויי יאָר. אין 2012 האָט מען נישט אָפּגעהאַלטן דעם פֿעסטיוואַל צוליב אַ בודזשעט־קריזיס; האָט מען געפּראַוועט דעם דריטן פֿעסטיוואַל הײַנטיקס יאָר. געצילט סײַ אויף ייִדישע זינגער, סײַ אויף מוזיקער, האָט מען פֿאַרבעטן די קעשענעווער, יעפֿים טשאָרני און סוזאַן גערגוס, אָנצופֿירן מיט די געזאַנג־וואַרשטאַטן, און די אַקאָרדיאַניסטין סאַנע מאָרעקע צו „קנעלן‟ מיט די קלעזמאָרים־סטודענטן. פֿון ענגלאַנד איז געקומען פּאָלינאַ שעפּהערד צו דיריגירן מיט אַ כאָר.
די אונטערנעמונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פּראָגראַם לזכּרון מײַן מאַמען, די דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, אין וועלכער איך האָב דערציילט וועגן איר לעבן און שאַפֿן. וואַן־דען־בערג האָט געהאַט אַ נאָענטע באַציִונג מיט מײַן מאַמען, מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט אין דער ווײַמאַרער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם אין 2004. זי האָט רעקאָרדירט די נײַסטע קאָמפּאָזיציעס אירע אויפֿן קאָמפּאַקטל „פֿרילינג‟.
עס איז אויך געקומען צום פֿעסטיוואַל אַ פּאַריזער פּאָרל, וואָס איך האָב באַגעגנט צום דריטן מאָל אויף מײַן נסיעה — סאַלאָמאָן און פּאָלעט ביעלאַסיאַק. אין בערלין זענען זיי בײַגעווען אויפֿן „צוליב ביילע‟־קאָנצערט; אין פּאַריז, זענען זיי געקומען אויף דער זינגערײַ, וואָס איך האָב געהאָלפֿן אָנצופֿירן בײַם „מעדעם/אַרבעטער־רינג־צענטער‟. זיי זענען נישט סתּם ייִדיש־ענטוזיאַסטן — בײַ דעם לעוּואַרדענער פֿעסטיוואַל האָט סאַלאָמאָן אָנגעפֿירט מיט אַ שמועסקרײַז אויף ייִדיש, און אין דער הײַיאָריקער ווײַמאַרער ייִדיש זומער־פּראָגראַם וועט ער, אַ לאָדזש־געבוירענער, אָנפֿירן מיט אַן ענלעכן קרײַז, און פּאָלעט וועט לערנען ווי צו קאָכן ייִדישע מאכלים (איך האָב גענאָסן פֿון אירע געשמאַקע פּאָטראַוועס אין פּאַריז).
די פֿריזיאַנער קולטור און שפּראַך איז אַ מינאָריטעטן־שפּראַך, ווי ייִדיש, און וואַן־דען־בערג האָט מיטן פֿריזיאַנער שפּראַכצענטער אין לעוּוואַרדען געשלאָגן אַ יד־אַחת, און באַקומען פֿון זיי שטיצע. קודם־כּל, איז דער גאַנצער פֿעסטיוואַל פֿאָרגעקומען אינעם שפּאָגל־נײַעם פֿריזיאַנער שפּראַך־אינסטיטוט „טרעסאָאַ‟ (אוצר); און דער ערשטער קאָנצטערט, מיטן נאָמען, „וואָס איז געבליבן?‟ האָט צונויפֿגעפּאָרט די זינגערין לוסעט וואַן־דען־בערג מיטן פֿריזיאַנער פּאָעט טסעאַד ברויִנדזשאַ.
זי האָט געזונגען אויף ייִדיש, און ער האָט פֿאָרגעלייענט זײַנע פֿריזיאַנער לידער אויף ענלעכע טעמעס. דער אָוונט האָט געמאַכט אַ רושם אויפֿן עולם, וואָס איז באַשטאַנען פֿון סײַ לעוּוואַרדענער, סײַ קלעזמאָרים. אין אַ שמועס מיטן דירעקטאָר פֿון „טרעסאָאָ‟, בערט לופּער, האָבן מיר פֿאַרגליכן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש און פֿריזיאַניש. ווי אויף ייִדיש הײַנט, למשל, געפֿינען זיך מער יונגע פֿריזיאַנער פּאָעטן ווי פּראָזע־שרײַבער.
די ביבליאָטעק פֿון „טרעסאָאַ‟ ניצט די מאָדערנסטע טעכנאָלאָגיע, און אַלץ ווערט דיגיטאַליזירט און אַרויפֿגעלייגט אויף דער אינטערנעץ. אין מיטן פֿון די אַלע ביכער אויף פֿריזיאַניש און האָלענדיש, געפֿינט זיך אָבער אַ זעלטענע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער. ווען דער באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור, לעאָ פֿוקס, איז געשטאָרבן אין 1990 אין עלטער פֿון 81 יאָר, האָט ער אין זײַן ירושה געהייסן איבערגעבן זײַן זעלטענע ביבליאָטעק די פֿריזיאַנער, ווי אַ דאַנק, וואָס זיי האָבן אים געראַטעוועט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. הײַנט האָט זײַן ביבליאָטעק איר אייגענעם צימער, און צו ביסלעך דיגיטאַליזירט מען די ווערק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.