(די 2 טע זײַט פֿון 3)
די־אָ ליבע־קאַרטלעך זענען שוין געוואָרן אַ שטיקל לעגענדע בײַ געוויסע יונגע ייִדישיסטן. זייער אָפֿט הערט מען אויף דער ייִדיש־וואָך צי אויף אַנדערע ייִדישיסטישע אונטערנעמונגען, ווען די יונגע ייִדישיסטן האָבן די געלעגנהייט צו רעדן צווישן זיך אָפּגעזונדערט פֿונעם עלטערן דור, ווי עמעצער פֿרעגט, ווי אַזוי דריקט מען אויס אויף אַן אויטענטישן ייִדיש אַ געוויסן ענגלישן טערמין, וואָס האָט צו טאָן מיט ליבע אָדער סעקס. געוויינטלעך, ווייסט קיינער ניט דעם ענטפֿער. אַזעלכע טערמינען, בפֿרט די סאַמע פּיקאַנטסטע, לערנט מען דווקא ניט פֿון די עלטערן, נאָר פֿון שול־חבֿרים אָדער פֿון דער טעליוויזיע. מיט ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך, איז דער נאָרמאַלער פּראָצעס פֿון קולטורעלער טראַנסמיסיע איבערגעריסן געוואָרן, און אַ סך ווערטער פֿעלן אויס דעם ייִנגערן עולם.
פֿון ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט מען ביז לעצטנס אַזעלכע טערמינען ניט געקענט אויסלערנען, ווײַל ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע לינגוויסטישע מעלות, איז אריאל ווײַנרײַך געווען, אַ פּנים, אַ שעמעוודיקער; אַפֿילו דאָס וואָרט „פּישן‟ האָט מען ניט אַרײַנגענומען אין זײַן ווערטערבוך. (אַנשטאָט אים גיט ער - „אורינירן‟ און „משתּים זײַן‟ - ווערטער, וואָס געהערן גיכער צו פּראָפֿעסאָרן און רבנים, איידער צו ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.)
נחום סטוטשקאָווס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ פֿאַרמאָגט יאָ אַ סך ווערטער, וואָס האָבן צו טאָן מיט ליבע און סעקס, אַפֿילו אַ פּאָר עכט ניבֿול־פּהיִקע, אָבער פֿונעם „אוצר‟ קען מען באמת ניט אַלעמאָל וויסן גענוי, וואָס אַ געוויס וואָרט באַטײַט. איז, ביז מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דעם ענגלישן נוסח פֿון יצחק ניבאָרסקיס „ייִדיש־פֿראַנצייזיש ווערטערבוך‟ זענען כּמעט די אַלע ווערטער געווען ניט בנימצא אין קיין לעקסיקאָגראַפֿיש ווערק. צוליב דעם, אויף דער פֿראַגע, „וווּ קען מען זיך דערוויסן, ווי אַזוי מע וואָלט געקענט זאָגן hook-up אָדער french kissing אויף ייִדיש?‟ האָט מען געענפֿערט „אפֿשר ליגט דער ענטפֿער אין ד׳׳ר שעכטערס קאַרטאָטעקן‟.
פֿאַראַכטאָגן בין איך געקומען צו בנימין שעכטערס צו גאַסט כּדי אַדורכצובלעטערן די ליבע־ווערטער, וואָס זײַן פֿאָטער האָט צונויפֿגעזאַמלט במשך פֿון די אַלע יאָרן. אין זײַן דירה אין טשעלסי, אויפֿן דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, האָט ער מיר צו ערשט געבעטן, איך זאָל דערקלערן די לייענער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, אַז געוויסע ווערטער אין די קאַרטאָטעקן זענען ניט קיין לעקסיקאָגראַפֿישע פּסק־דינים, נאָר סתּם פֿאָרשלאָגן פֿון ווערטער, וועלכע ד׳׳ר שעכטער האָט אַליין געשאַפֿן. קען זײַן, האָט בנימין דערקלערט, אַז ד׳׳ר שעכטער וואָלט אַליין שפּעטער ניט געהאַלטן פֿון געוויסע זײַנע פּרוּוון און פֿון אַנדערע וואָלט ער דווקא יאָ געהאַלטן.
ניט געקוקט אויף דעם וואָס ד׳׳ר שעכטערס ליבע־טערמינען נעמען אויך ניט אַרײַן קיין סך עכטע ניבֿול־פּהיִקע ווערטער (זאָרגט זיך ניט, אַזעלכע ווערטער וואָלט איך סײַ־ווי־סײַ ניט אָנגעשריבן אין אַ צײַטונג), נעמט עס יאָ אַרײַן אַ סך טשיקאַווע ווערטער און אויסדרוקן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס מע וואָלט ניט געפֿונען אין קיין שום ווערטערבוך. צוויי אַזעלכע עכט־ייִדישע אויסדרוקן זענען „צו זײַן אַ קנאַק אין בעט‟, וואָס ד׳׳ר שעכטער האָט איבערגעזעצט ווי „To thrive in the sack‟, און „צושטעלן אַ בײַכל‟, וואָס ער האָט געטײַשט ווי „To knock up‟. פֿאַר „French-kissing‟ ברענגט שעכטער אַ ציטאַט פֿאַרן טשיקאַוון ייִדישן טערמין „פּאַריזיווען‟. אַנדערע אַזעלכע טשיקאַווע ווערטער, פֿאַר וועלכע שעכטער האָט צוגעשטעלט אַ קלאָרן ציטאַט פֿון אַ ייִדישן מקור זענען: „ליבע־פֿעטער‟ „Sugar-Daddy‟, „זי האָט פֿאַרפֿלאָכטן אַ קוילעטש‟ „He‘s not getting any‟ און עראָטאָמאַן (עמעצער, וואָס איז אַדיקטירט צו סעקס).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.