(די 3 טע זײַט פֿון 3)
אויך אינטערעסאַנט זענען אַ סך ווערטער, וואָס האָבן עקזיסטירט כּמעט־נאָר אין אַ פֿאָרמעל מעדיצינישן קאָנטעקסט, אָבער זענען הײַנט מער־ווייניקער פֿאַרגעסן געוואָרן. אין דער קאַטאַגאָריע געפֿינט מען אַזעלכע ווערטער ווי „געניטאַל־בערגל‟ (mons pubis), „פּאָלוציע‟ (nocturnal emission), און „די צײַט‟ (מענסטרואַציע).
ווי איינער, וואָס האָט שטאַרק געהאַלטן, אַז ייִדיש מוז זיך האַלטן מיט די נײַע צײַטן, כּדי צו בלײַבן אַקטועל און רעלעוואַנט, קען מען אויך זען אין דער קאָלעקציע אַ סך ווערטער, וואָס ד׳׳ר שעכטער האָט אַליין געפּרוּווט אויסטראַכטן, אויפֿן סמך פֿון אַן ענליש וואָרט, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט אַ נײַעם באַגריף. פֿאַר ווערטער, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער LGBT־קהילה האָט ער, למשל, פֿאָרגעשלאָגן „פֿאַרשטעלניק‟ פֿאַר „drag-queen‟ און „האָמאָבאַר‟ פֿאַר „gay bar‟. פֿאַר באַגריפֿן, וואָס האָבן צו טאָן מיט סעקסועלע פֿאַרברעכנס, וועגן וועלכע מע האָט זייער ווייניק גערעדט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט ער פֿאָרגעלייגט אַזעלכע טערמינען ווי „ראַנדקע־געוואַלד‟ (date-rape) און „באַנדע/גרופּע־גוואַלד‟.
אפֿשר די סאַמע טשיקאַווסטע זענען די טערמינען, וואָס שפּיגלען אָפּ די נײַע סעקסועלע פֿירונגען אָנהייבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן, ווען דאָס סעקסועלע לעבן אין אַמעריקע האָט זיך ליבעראַליזירט אויף אַ ראַדיקאַל־גיכן אופֿן און דאָס האָבן סעקס פֿאַר דער חתונה איז געוואָרן אַן אָנגענומענער טייל פֿונעם אַמעריקאַנער לעבנס־שטייגער.
צווישן אַזעלכע ווערטער געפֿינט מען ייִדישע טערמינען ווי „אייננאַכטל‟ (one night stand), „אָנקניפּווערטער‟ (pick-up line), און „גיכעלע‟ און „אַרײַנכאַפּ‟ (quickie). פֿאַרן באַגריף „סעקסי‟ אַליין האָט ד׳׳ר שעכטער פֿאָרגעלייגט „צוציִיִק‟, „יצר־הרעדיק‟ און „סעקסי‟, אַן אינטערנאַציאָנאַל וואָרט, וואָס מע פֿאַרשטייט איבער דער גאָרער וועלט.
די פּאָר הונדערט „ליבע־קאַרטלעך‟ זענען, פֿאַרשטייט זיך, בלויז אַ קלייניקער טייל פֿון ד׳׳ר שעכטערס מאַסיווער לינגוויסטישער זאַמלונג. די ווערטער זענען אויך ווײַט ניט צווישן די, וואָס האָבן געהערט צו זײַנע הויפּט־אַקאַדעמישע אינטערעסן אַזוי ווי געוויקסן, די נעמען פֿון שטעט און שטעטלעך און פּעריפֿראַסטישטע ווערבן. זיי שפּיגלען אָבער יאָ אָפּ אַן אינטערעסאַנטן און ווייניק דערמאָנטן אַספּעקט פֿון דער ייִדישער קולטור און שפּראַך, וואָס די לינגוויסטישע פֿאָרשער האָבן, צום טייל, באַשלאָסן צו פֿאַרשווײַגן.
הײַנט זעט עס אָבער אויס, אַז דאָס שווײַגעניש וועט זיך באַלד ענדיקן, ווײַל אַ ריי יונגע פֿאָרשער, בראָש פֿון ד׳׳ר זוהר ווײַמאַן־קעלמאַן, וואָס האָט לעצטנס באַקומען אַ סטיפּענדיע פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס ווײַנרײַך‟ בײַם „ייִוואָ‟, כּדי אויסצופֿאָרשן שעכטערס „ליבע־קאַרטלעך‟, פּלאַנירן צו שרײַבן וועגן דער וועלט פֿון ליבע און סעקס אויף ייִדיש אין די קומענדיקע יאָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.