ד׳׳ר שעכטערס „ליבע־קאַרטלעך‟

Dr. Schaechter‘s Sex Terminology

איינע פֿון די פֿינף שאַכטלעך פֿון ד׳׳ר שעכטערס „ליבע־קאַרטלעך‟.
איינע פֿון די פֿינף שאַכטלעך פֿון ד׳׳ר שעכטערס „ליבע־קאַרטלעך‟.

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 30, 2014, issue of June 20, 2014.
דער לינגוויסט ד׳׳ר מרדכי שעכטער אין 1985
Itzik Gottesman
דער לינגוויסט ד׳׳ר מרדכי שעכטער אין 1985

דער באַקאַנטער ייִדישער לינגוויסט, ד׳׳ר מרדכי שעכטער, האָט געאַרבעט כּמעט זעכציק יאָר אויף זײַנע פֿאָרשונגען איבער דער ייִדישער שפּראַך. פֿאַר זײַן אָנקומען אין אַמעריקע אין 1951 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם דאָקטאָראַט אין לינגוויסטיק בײַם ווינער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט אָנגעשריבן זײַן דיסערטאַציע וועגן ייִדישע ווערבן. אין אַמעריקע האָט ער, נאָך זײַנע לערנביכער, פֿילצאָליקע אַרטיקלען און אַרבעט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „ייִדישע שפּראַך‟, אויך אַרויסגעגעבן גלאָסאַרן פֿון ייִדישע טערמינען אויף פֿאַרשידענע געביטן פֿונעם לעבן, ווי „די געוויקסן־וועלט אין ייִדיש‟ (2005) און „טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן‟ (1991). דורך די אַלע יאָרן פֿון אַרבעטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך ווי אַן אַקטיוויסט, פּראָפֿעסאָר און קולטור־טוער איז ער ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט זײַנע פֿאָרשונגען איבער דער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע.

אינעם פּשוטסטן זין האָט ד׳׳ר שעכטער אַדורכגעפֿירט זײַן לעקסיקאָגראַפֿישע אַרבעט ווי אַ געמיש פֿון אַ זאַמלער און אַ דעטעקטיוו; ווען ער האָט געלייענט אָדער געהערט אַ ייִדיש־וואָרט, וואָס איז אים געווען אינטערעסאַנט, האָט ער דאָס וואָרט פֿאַרשריבן אויף אַ קאַרטל, צוזאַמען מיטן זאַץ, אין וועלכן מע האָט עס באַניצט. דערנאָך האָט ער אַרײַנגעלייגט דאָס קאַרטל אין אַ שאַכטל לויט דער קאַטעגאָריע, צו וועלכער דאָס וואָרט האָט געהערט, און דאָס קאַרטל אַײַנגעסדרט אַלפֿאַבעטיש לויט זײַן ענגלישן טײַטש.

אין די זעלביקע שאַכטלעך האָט ער אויך אַרײַנגעלייגט אויסצוגן פֿון אַרטיקלען אויף ענגליש און אַנדערע שפּראַכן, אין וועלכע ער האָט אונטערגעשטראָכן ווערטער און טערמינען, פֿאַר וועלכע ער האָט געוואָלט געפֿינען (אָדער שאַפֿן) אַ ייִדישן עקוויוואַלענט.

די אַלע ווערטער, פֿאָרזיכטיק אַײַנגעסדרט אין ד׳׳ר שעכטערס קאַרטאָטעקן, האָט ער אָנגעשריבן אויף מער ווי אַ מיליאָן קאַרטלעך. ער האָט פּלאַנירט אַרויסצוגעבן אַ ווערטערבוך פֿון ייִדישע טערמינען פֿאַרן 21סטן יאָרהונדערט אויפֿן סמך פֿון אָט דער מאַסיווער לעקסיקאָגראַפֿישער זאַמלונג, אָבער, ער האָט לײַדער, ניט דערלעבט צו פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט. זײַנע אינטעלעקטועלע יורשים, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט דעם פּראָיעקט, בראָש מיט זײַן טאָכטער גיטל־שעכטער ווישוואַנאַט, ד׳׳ר הערשל גלעזער און ד׳׳ר חוה לאַפּין וועלן אין גיכן אַרויסגעבן דעם ערשטן נוסח פֿונעם ווערטערבוך דורך דער „ייִדיש־ליגע‟.

ס׳רובֿ פֿון די שאַכטלעך ייִדישע ווערטער בלײַבן איצט בײַ דער מאַנשאַפֿט, וואָס אַרבעט אויפֿן ווערטערבוך. געוויסע געפֿינען זיך אָבער אין אַנדערע ערטער. צווישן זיי געפֿינט מען דרײַ שאַכטלעך מיט קאַרטלעך אויף דער טעמע „ליבע‟, וועלכע זענען איצט בײַ ד׳׳ר שעכטערס זון בנימין אין דער היים.