מאַלײַס שרײַבער־פֿאַראיין

Malay’s Writer’s Association


פֿון משה לעמסטער

Published May 30, 2014, issue of June 20, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

עס האָט געוואָלט אַרײַנגיין דער באַקאַנטער פּאָעט נעגרוצע (זאָלן מיר אים פֿאַרגלײַכן מיט אונדזער פּאָעט וועלוול טשערנין), הערט זיך ווידער:

„ניטאָ אין דער רשימה!‟

„וואָסי?‟

„איר זענט דאָך לויטן פֿאַך אַן עטנאָגראַף, און אַן עטנאָגראַף קאָן ניט זײַן קיין פּאָעט!‟ — דערקלערט אים דער שומר, און לייגט די האַנט אויפֿן רעוואָלווער.

עס וויל אַרײַנגיין דער קריטיקער און אַקאַדעמיקער טשימפּוי (מיר קאָנען אים פֿאַרגלײַכן, צום בײַשפּיל, מיטן פּראָפֿעסאָר שיינטוך).

„איר זענט ניטאָ אין דער רשימה!‟

„וואָס גאָר?‟

„ווײַל איר זענט אַ פּראָפֿעסאָר, און אַ פּראָפֿעסאָר שרײַבט ניט קיין קינסטלערישע ביכער.‟ — שרײַט אויס דער שומר, און גיט צו: „הייסט עס, אַז איר קענט ניט זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פֿאַראיין!‟ און ווי זײַן שטייגער איז, לייגט ער די האַנט אויפֿן רעוואָלווער…

נאָך דער „היסטאָרישער‟ זיצונג אין שרײַבער־הויז, „מיט צוויי שומרים בײַ די טויערן פֿון דער ליטעראַטור‟, וווּ מאַלײַ איז געוואָרן דאָס זעקסטע מאָל פֿאָרזיצער, האָבן די קאָלעגן פֿונעם פּראָ־רומענישן שרײַבער־פֿאַראיין אַ סך געשפּאַסט און זיך געוויצלט. אויף אַ שוואַכן פּאָעט, צי אַ גראַפֿאָמאַן פֿלעג מען זאָגן: „ער איז דער פּאָעט פֿון מאַלײַס רשימה‟. צי: „אויך מיר אַ גרויסער פּאָעט? דו ביסט אַפֿילו נישטאָ אין מאַלײַס רשימה!‟. אַזוי איז שוין פֿאַרבליבן אין דער רעפּובליק מאָלדאָווע דאָס ווערטל: „מאַלײַס רשימה‟ — וואָס מיינט, אַ פֿאַלשע, אַ ניט־געזעצלעכע זאַך…

ניט לאַנג צוריק בין איך געווען אין קעשענעוו. דער פּראָ־סאָוועטישער שרײַבער־פֿאַראיין האָט שוין ניט עקזיסטירט. דאָס שרײַבער־הויז האָבן די מאַלײַס פֿאַרקויפֿט. איצט איז אין דער דאָזיקער געבײַדע עפּעס אַ ביזנעס פֿון פּאַפּשוי־פּראָדוקטן. די אַלע מאַלײַס, בתוכם מיטן אייניקל, וואָס איז שוין אונטערגעוואַקסן און געוואָרן אַ גלײַכער מאַלײַ־מיטגליד, פֿירן איצט אָן מיט אַ פּראָ־סאָוועטישן קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין…

וועט איר מיך, אַוודאי, פֿרעגן: צוליב וואָס האָב איך די פּאַסקודנע מעשׂה דערציילט פֿאַרן ייִדישן לייענער? סאַראַ שײַכות האָט עס צו אים? כ’האָב פּשוט געוואָלט איר זאָלט וויסן, וואָס עס קאָן געשען אין אַ געוועזענער סאָוועטישער רעפּובליק, וווּ מע איז ניט צוגעוווינט צו דעמאָקראַטיע. דאַנקען גאָט, מיר וווינען אין אַ ייִדיש, דעמאָקראַטיש לאַנד. בײַ אונדז וואָלט דען געקאָנט אַזוינס פֿאָרקומען?