(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ווען די צוויי שוועסטערקינדער, אַרטור און מיקי, האָבן גערעדט צווישן זיך ייִדיש, האָב איך געהערט ווי מײַן טאַטע פֿלעג רעדן מיט זײַנע שוועסטער, מײַנע מומעס. עס גייט נישט בלויז אין די ווערטער, נאָר אינעם גאַנצן ריטעם און טאָן פֿונעם שמועס. איך האָב גיך געפֿונען אַ שטיקל פּאַפּיר און פּען און כ’האָב אָנגעהויבן צו פֿאַרשרײַבן. למשל, זיי האָבן קיין מאָל נישט געזאָגט „טאַקע?‟ נאָר „אמתדיק?‟. אָפֿט מאָל האָבן זיי געענדיקט אַ געדאַנק מיטן אויסדרוק — „אַזוי אי’דיס‟ — („אַזוי איז עס”). וואָס שייך דעם טאָן — האָבן זיי די גאַנצע צײַט באַליידיקט, האַלב ערנסט, איינער דעם צווייטן. כ׳האָב פּלוצעם דערהערט דעם בײַסיקן הומאָר פֿון מײַן טאַטנס שטעטל סערעט.
אַרטור און מיקי קערן זיך אָן מיט מיר דורכן טאַטנס צד, אָבער אויך פֿון מײַן מאַמעס צד, האָב איך אַ שוועסטערקינד, יהודית, און איר באָבע שיינדל האָט געשטאַמט פֿון זוויניעטשקע, דאָס „וויגעלע‟ פֿון די גאָטעסמאַנס. אין אירע געדרוקטע זכרונות האָט מײַן באָבע זי באַשריבן. די גאַנצע משפּחה, חוץ מיקי, איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אויף אַ וועטשערע, צווישן זיי, אַרטורס צוויי זין, נח און שמואל־לייב. פֿאַר אַ יאָרן זומער האָט נח זיך געלערנט ייִדיש אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם, און דעם זומער וועט ער זיך לערנען אין דער ווילנער ייִדיש־פּראָגראַם. דאָס הייסט, אַז ייִדיש וועט ווײַטער אָנגיין אין אונדזער ווינער משפּחה.
עסטרײַך פֿאַרמאָגט אויך אַ ייִדיש־ווינקעלע אין בורגענלאַנד, וואָס געפֿינט זיך צוויי שעה מיט דער באַן פֿון ווין, און איז אַמאָל געווען באַוווינט מיט ייִדן. דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן האָט אַ זאַמלונג פֿאָלקסלידער, וואָס ער האָט געזאַמלט בײַ די בורגענלענדער ייִדן אין די 1930ער יאָרן. הײַנט וווינט דאָרט האַנס ברויער, דער „זינגענדיקער פּאַסטעך‟, וועלכער זינגט ייִדישע לידער צו זײַנע הונדערטער שאָף. די פּרעסע האָט שוין וועגן אים געשריבן, און אַ בוך איז אַרויס וועגן זײַן לעבן און אַרבעט. מיר האָבן זיך באַקענט מיט 10 יאָר פֿריִער אין ניו־יאָרק, און ס’איז שוין געקומען די צײַט, איך זאָל אים זען בײַ דער אַרבעט און אין זײַן היים. פֿון בערלין איז מיטגעקומען די ייִדיש־פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס צו זען דעם „בייזוווּנדער‟.
האַנס האָט לעצטנס פֿאַרקלענערט די צאָל שאָף אין זײַן סטאַדע אויף דרײַ הונדערט, און מיר האָבן מיט אים זיי געפּאַשעט אויף אַ שיינער לאָנקע לעבן אַ טײַכל. וועמענס לאָנקע? וועמענס טײַכל? דאָס דאַרף ער שוין נישט פֿרעגן נאָך אַזוי פֿיל יאָר פֿון וואַנדערן פֿון אָרט צו אָרט מיט זײַן גרויסן פּאַסטעך־שטעקן אין דער האַנט. וואָס האָט אויף מיר געמאַכט דעם שטאַרקסטן אײַנדרוק, זענען אָבער געווען די הינט זײַנע, וועלכע האָבן פֿאַרשטאַנען אויפֿן וווּנק, וואָס מע דאַרף טאָן: ווען נאָכצולויפֿן אַ שעפֿעלע און עס צוריקברענגען, ווען די גאַנצע סטאַדע פֿירן צום וואַסער. לויט האַנס קען מען לאָזן גיין די הינט אַליין מיט די שאָף אויף 2 קילאָמעטער אָן שום פּראָבלעם.
האַנס’ עלטערער זון און זײַן ווײַב, און צוויי קינדער וווינען צוזאַמען מיט אים; זײַן פֿרוי און עופֿעלע אויף אַ שטח לאַנד מיט אַ האַלב טוץ בנינים און פֿאַרם־סטרוקטורן. הינער קוואָקען פֿון אַלע זײַטן און שעפֿעלעך מעקען אין די ווינקעלעך, וווּ מע וועט זיי שעכטן צו פֿאַרדינען אַ ביסל געלט. די וואַקסנדיקע מוסולמענישע באַפֿעלקערונג אין עסטרײַך איז גוט פֿאַר האַנס‘ פּרנסה פֿון שאָף־פֿלייש. וועגן דעם האָב איך נישט געוואָלט צו פֿיל וויסן — ווי קען מען אַזוינע זיסע חיות שעכטן? נאָך אַ היימישן מיטאָג זענען מיר אַלע געפֿאָרן קיין ווין אויף אַ ייִדישער זינגערײַ…
סוף קומט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.