פֿאַר אַ יאָרן האָט די מאַמע אָנגעשריבן אַן אַרטיקל וועגן איר לעבן, וואָס מיר האָבן אַ נאָמען געגעבן „דרײַ מאָל ווין”; אַ טיטל וואָס שפּיגלט אָפּ די דרײַ קאַפּיטלעך אין איר לעבן, פֿאַרבונדן מיט ווין. דער ערשטער קאַפּיטל „ווין‟ איז פֿאָרגעקומען, ווען זי איז דאָרטן געבוירן געוואָרן אין 1920; אַ פֿאַקט, מיט וועלכן זי איז שטאָלץ געווען. ווען זי איז געווען צוויי אָדער דרײַ יאָר אַלט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין טשערנעוויץ, וווּ זי איז אויפֿגעוואַקסן. דער צווייטער קאַפּיטל „ווין‟, איז פֿאָרגעקומען, ווען זי האָט פֿאַרענדיקט די רומענישע שול צו 16 יאָר, און אירע טאַטע־מאַמע האָבן זי געשיקט קיין ווין, צו שטודירן קונסט און וווינען מיט דער מומע ריווציע. אַ צווייטע מומע, לאהציע, איר טאַטנס שוועסטער, האָט אויך צו דער צײַט דאָרטן געוווינט.
האָט זי זיך פֿאַרשריבן אין אַ קונסטשול, און זיך דאָרטן געלערנט צוויי יאָר פֿון 1936 ביז 1938 ביז דעם אַרײַנמאַרש פֿון היטלער. כאָטש זי האָט שוין געוווּסט, אַז זי דאַרף אַוועקפֿאָרן, האָט זי אייגנס געוואָלט בלײַבן צו זען, ווי די ווינער וועלן אויפֿנעמען דעם שׂונא־ישׂראל. מע האָט אים מקבל־פּנים געווען מיט גרויס פּאַראַד און פֿרייד, ווי זי האָט זיך געריכט, און האָט אין גיכן זיך אומגעקערט קיין טשערנעוויץ.
דער דריטער קאַפּיטל „ווין‟ איז פֿאָרגעקומען נאָך דער מלחמה, ווען מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן געוווינט אין דער שטאָט מער ווי דרײַ יאָר, קומענדיק פֿון בוקאַרעשט אין 1947. מײַן טאַטן האָט דער „דזשוינט‟ באַשטימט ווי דער הויפּט־דאָקטער פֿון די דרײַ שארית־הפּליטה־לאַגערן אין ווין, אַ גאָר חשובֿע פּאָזיציע. מע האָט אים אַפֿילו געגעבן אַ שומר, אַ פּוילישער ייִד, משה ווײַנטרויב, וואָס האָט זיך שפּעטער באַזעצט אין ברײַטאָן־ביטש, און מיר האָבן אים גערופֿן „משה פּאָליציי”.
דאָס לעבן נאָך דער מלחמה אין ווין איז פֿאַר זיי געווען אַ גאַנץ באַקוועמס, אָבער אויך מיט טראַגישע מאָמענטן. אַ זונדל, חיים־בנימין, איז דאָרטן געבוירן געוואָרן צו פֿרי, אַ „זיבעלע‟, און איז געשטאָרבן נאָך 4 חדשים. אַז ער ליגט אויפֿן ווינער בית־עולם איז מיר נישט אײַנגעפֿאַלן, ביז די עלטערן האָבן מיר עס דערציילט אין די 1990ער יאָרן, ווען זיי האָבן באַשלאָסן צוריקצופֿאָרן קיין ווין צו שטעלן אַ לײַטישע מצבֿה פֿאַר זייער פֿאַרשטאָרבענעם זון, מײַן ברודער בנימין. דאָס איז געווען דער פֿערטער קאַפּיטל „ווין‟. זיי זענען שוין ביידע געווען אין די עלטערע יאָרן, און דער באַשלוס צוריקצופֿאָרן קיין ווין האָט אויסגעדריקט אַ נישט־אַרויסגעזאָגטן ווייטיק, וואָס האָט זיך נישט אויסגעהיילט אַרום דעם ענין.
האָב איך געפֿילט, אַז פֿון די אַלע שטעט אין אייראָפּע, דאַרף איך מער ווי אַלע, פֿאָרן קיין ווין, אַ שטאָט פֿול מיט פֿרייד און טרויער פֿאַר דער משפּחה; און דאָס איינציקע אָרט אויף מײַן נסיעה, וווּ עס לעבט נאָך משפּחה פֿון ביידע זײַטן, פֿונעם טאַטנס און מאַמעס צד.
מײַן שוועסטערקינד אַרטור, וועלכער אַרבעט אינעם ווינער ביוראָ פֿון „אל־על‟ שוין 30 יאָר און איז אין מײַנע יאָרן, האָט מיך אָפּגענומען פֿונעם פֿליפֿעלד, און מיר האָבן גערעדט אויף ייִדיש. נישט נאָר רעדט ער אַ געשמאַקן ייִדיש, נאָר ער רעדט אַ שטעטלדיקן בוקעווינער ייִדיש. אַרטורס טאַטע שטאַמט פֿונעם שטעטל בײַנעץ און זײַן טאַטנס אַ ברודער איז אויך געקומען קיין ווין נאָך דער מלחמה. זײַן זון, מיקי, אויך אַן ערך אין מײַן עלטער, איז מיך געקומען זען ערשט דעם לעצטן אָוונט פֿון מײַן וויזיט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.