(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ביז צום הײַנטיקן טאָג דערמאָנען מיר די תּקופֿה יעדן שבת, װען מיר רעציטירן די צװײ יקום־פּורקנס פֿאַר מוסף. דאָרט אין בבֿל האָט יעדע קהילה אױסדערװײלט די „פּרנסי־הכּנסת‟, אָדער די „שיבֿעה־טובֿי־העיר‟; די װאָס האָבן באַצאָלט דעם געמײנדע־שטײַער, האָבן געהאַט דאָס רעכט צו זײַן „בוררים‟. אין צענטן יאָרהונדערט געפֿינט מען שױן די קהילה־סטרוקטור אין די אײראָפּעיִשע לענדער, פֿון שפּאַניע ביז פּױלן.
ייִדישע אַלײן־פֿאַרװאַלטונג איז געװאָרן נאָך מער בולט אין דער תּקופֿה פֿון מיטלעלטער, פֿון זיבעטן ביז צום 15טן יאָרהונדערט. די „ייִדישע גאַס‟ אָדער „געטאָ‟ האָט אָפּגעזונדערט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער אַלגעמײנער. ייִדן זײַנען באַטראַכט געװאָרן װי אַ „קאָרפּוס סעפּאַראַטום‟ — אַ באַזונדערע קערפּערשאַפֿט, יורידיש און סאָציאַל דעפֿינירט פֿון דער קריסטלעכער קירך, װי אױך דעם מושל. דער „שטאַט אינערהאַלב אַ שטאַט‟ שפּיגלט אָפּ ריכטיק דעם געריכטלעך־יורידישן מצבֿ פֿון ייִדישע קהילות אין אײראָפּע. אַפֿילו אין פּױלן, װאָס האָט ניט פֿאַרשלאָסן אירע ייִדן אין אַ געטאָ, איז דאָך געװען די „ייִדישע גאַס‟. אין 17טן יאָרהונדערט, װען די גרענעצן פֿון פּױלן האָבן זיך אױסגעשפּרײט פֿון באַלטישן ביז צום שװאַרצן ים, האָט דאָרט פֿונקציאָנירט דער „ועד־אַרבע־האָרצות‟ — דער ראַט פֿון די פֿיר פּױלישע פּראָװינצן, אײַנגעשלאָסן ליטע. דער „ועד‟ האָט אָנגענומען תּקנות, װאָס האָבן רעגולירט די טעטיקײטן פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און יחידים.
װען ייִדן האָבן, צו ביסלעך, נאָך דער פֿראַנצױזישער רעװאָלוציע, אָנגעהױבן צו געװינען בירגעררעכט, װי אַ פּועלי־יוצא פֿון דער עמאַנציפּאַציע, האָט די פֿעאָדאַלע סיסטעם פֿון באַטראַכטן ייִדן, װי אױך אַנדערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, װי באַזונדערע סאָציאַלע גרופּעס, זיך פֿאַרענדיקט. נײַע דעפֿיניציעס פֿון בירגעררעכט האָבן ראַדיקאַל געענדערט דעם סטאַטוס פֿון דעם ייִדישן ציבור און יחיד.
אין דער הײַנטיקער צײַט, ספּעציעל נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז די ייִדישע קהילה געװאָרן אַן עפֿנטלעך־רעכטלעכע קערפּערשאַפֿט מיט צװאַנגס־מיטגלידערשאַפֿט; יעדער ייִד איז אױטאָמאַטיש אַ מיטגליד פֿון דער אָרטיקער קהילה. די נײַע סטרוקטור האָט אָנערקענט די פֿולע פֿרײַהײט פֿונעם בירגער. זי האָט אױך אָנערקענט די ספּעציעלע נױטן פֿון אַלע נאַציאָנאַלע מינדערהײטן. װאָס נוגע ייִדן איז די „גמינע‟ אין פּױלן אָדער די „קולטוס־געמײנדע‟ אין דײַטשלאַנד דערפֿירט געװאָרן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַ רעפּרעזענטאַטיװער פֿאָרשטײערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
װי אַזעלכע האָט זי געהאַט דאָס רעכט צו פֿאַרהאַלטן קהלשן אײגנטום, בױען אינסטיטוציעס, װי בתּי־יתומים, שפּיטעלער, מיקװת און בתּי־עלמין. אין גרעסערע שטעט זײַנען אין קהילה־ראַט געזעסן צוזאַמען און געקעמפֿט בונדיסטן, ציוניסטן, אַסימילאַנטן און אַגודהניקעס. דער שרײַבער פֿון די שורות געדענקט די װאַלן צום קהילה־ראַט, װאָס די פּױלישע מלוכה־פּאָליצײ האָט משגיח געװען.
װען מען רעדט װעגן ייִדן אין אַמעריקע, מוז מען לכתּחילה קלאָר מאַכן געװיסע פּרינציפּיעלע אונטערשײדן. ייִדן אין אַמעריקע זײַנען ניט באַפֿרײַט געװאָרן, װײַל זײ זײַנען פֿון סאַמע אָנהײב געװען פֿרײַע בירגער פֿון לאַנד. די אַבסאָלוטע אָפּטיילונג פֿון קירך (רעליגיע) פֿון שטאַט האָט במילא ניט געפֿאָדערט קײן עפֿנטלעך־רעכטלעכן סטאַטוס פֿאַר דער ייִדישער קהילה. יעדע „קאָנגרעגײשן‟ איז זעלבשטענדיק, אַפֿילו אױב זי געהערט צו אַ פֿאַרבאַנד פֿון סינאַגאָגעס. די עלטסטע פֿון די פֿאַרבאַנדן איז די „יוניאָן אָוו אַמעריקען היברו קאָנגרעגײשאַנס‟ געגרינדעט אין 1878, װאָס האָט אײַנגעגלידערט די „באָארד אָװ דעלעגאַטס אָװ אַמעריקען איזראַעליטס‟, װאָס האָט עקזיסטירט זינט 1859.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.