דעם 8טן יוני איז אַוועק אין דער אייביקייט ד׳׳ר אַלכּסנדר אימיטש צו 111 יאָר. כאָטש ער איז לעצטנס באַקאַנט געוואָרן כּמעט בלויז פֿאַר זײַן אַריכות־ימים, ווי דער עלסטער מאַן אויף דער וועלט, איז זײַן לעבן געווען אַ סך מער אינטערעסאַנט ווי דער פֿאַקט אַליין, אַז ער האָט איבערגעלעבט זײַן דור. ווי עס פֿלעג איבערגעבן, אָן איראָניע, זײַן ביאָגראַפֿיע אויף דער אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע „וויקיפּעדיע‟ - „איז ד׳׳ר אימיטש דער איינציקער מענטש, וואָס איז 110 יאָר אַלט, וואָס איז באַקאַנט ניט נאָר צוליב דעם, וואָס ער איז אַזוי אַלט‟.
איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט פֿון ד׳׳ר אימיטש צו 12 אָדער 13 יאָר, ווען ער איז געווען דער פּרעזידענט פֿונעם Anamolous Phenomena Research Center (צענטער פֿאַרן אויספֿאָרשן די פֿענאָמענען, וואָס שטימען ניט מיט דער שוין באַוווּסטער וויסנשאַפֿט), וואָס ער האָט געגרינדעט אין 1999, אין עלטער פֿון 96 יאָר. צו יענער צײַט בין איך געווען פֿאַרכאַפּט מיט די „פּאַראַנאָרמאַלע געשעענישן‟ און ווי איינער, וואָס האָט געלייענט די שײַכותדיקע זשורנאַלן, האָב איך זיך דערוווּסט וועגן אים. צו יענער צײַט איז ער שוין פֿאַררעכנט געוואָרן צווישן די לעצט־געבליבענע מומחים פֿון אַזעלכע „אויסער־נאָרמאַלע‟ געשעענישן, וואָס איז געווען אַן אַקטיווער פֿאָרשער אין אייראָפּע פֿאַר דער ־היטלער־תּקופֿה, ווען די ווײַמאַר־רעפּובליק איז געווען דער צענטער פֿון אַזאַ פֿאָרשונג.
פֿאַראַיאָרן, ווען איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, האָב איך אויסגעזוכט אינטערעסאַנטע ייִדן, וועלכע מע האָט אפֿשר געוואָלט אינטערוויויִרן, ווי אַ טייל פֿונעם „צענטערס‟ פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה. צווישן אַנדערע האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף דעם נאָמען פֿון ד׳׳ר אימיטש. כאָטש איך האָב שוין לאַנג געהאַט פֿאַרלוירן מײַן אינטערעס צום „פּאַראַנאָרמאַל‟, האָב איך זײַן נאָמען גלײַך דערקענט.
איך בין, פֿאַרשטייט זיך, געווען סײַ איבערראַשט, סײַ זייער צופֿרידן צו הערן, אַז ער לעבט און האַלט אין פֿאָרשן און שרײַבן אין אַזאַ עלטער. איך האָב זיך געווענדט צו זײַנע קאָלעגעס און אין גיכן באַקומען דעם טעלעפֿאָן־נומער פֿון זײַן לעצט־געבליבענעם קרובֿ, אַן אור־פּלימעניצע. נאָך דעם, וואָס זי האָט גערעדט מיט אים וועגן דעם ייִדישן ביכער־צענטער, האָט אַלכּסנדר באַשלאָסן, אַז ער איז ניט געווען „גענוג ייִדיש‟ אָנטיילצונעמען אין דעם פּראָיעקט.
איך האָב אים פּרובירט איבערצײַגן, אַז ער געהערט דווקא צו דעם סאָרט ייִד, וואָס דער פּראָיעקט האַלט פֿאַר נייטיק צו רעדן מיט זיי, אָבער לײַדער, אָן דערפֿאָלג. נאָכן דערקלערן אים וועגן מײַן געוועזענעם אינטערעס צום „פּאַראַנאָרמאַל‟, האָט ער אָבער מסכּים געווען צו טרעפֿן זיך מיט מיר, ווי מיט אַ יחיד, און ניט ווי קיין פֿאָרשטייער פֿון קיין אינסטיטוציע. פֿאַראַיאָרן אין יולי בין איך געפֿאָרן אין ניו־יאָרק, וווּ מיר האָבן געמאַכט אַ צוויי־שעהיִקן אינטערוויו.
ד׳׳ר אַלכּסנדר אימיטש איז געבוירן געוואָרן דעם 4טן פֿעברואַר 1903 אין טשענסטאָכאָוו, פּוילן, אין אַ פֿאַרמעגלעכער פּויליש־רעדנדיקער משפּחה. אינעם אינטערוויו האָט ער דערמאָנט, אַז ער האָט געוווינט מיט זײַנע עלטערן, דרײַ ברידער און אַ קראַנקן־שוועסטער, אַ פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געהאַלטן אַן אויג אויף די קינדער. זײַן פֿאָטער, יוסף, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פּאַפּירקראָם, וואָס האָט שפּעטער פֿאַרקויפֿט כעמיקאַליעס. ער איז געווען אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער טשענסטאָכאָווער ייִדישער קהילה; צווישן אַנדערע זאַכן, האָט ער געגרינדעט דעם ייִדישן שפּיטאָל אין שטאָט.
ווי עס האָט זיך געפֿירט בײַ פֿאַרמעגלעכע משפּחות אין יענער צײַט, האָט ד׳׳ר אימיטש ניט אָנגעהויבן גיין אין דער עלעמענטאַר־שול ביז ער איז געווען צען יאָר אַלט. פֿון יענע יאָרן געדענקט ער, אַז די מערקווירדיקייט אין שטאָט איז געווען דער מאָנאַסטיר, אַרומגערינגלט מיט אַ פֿעסטונג. אין די ווענט פֿון דער פֿעסטונג האָבן נאָך אַלץ געשטעקט די ריזיקע קוילן פֿון האַרמאַטן, איבערגעבליבן פֿון דער צײַט פֿון דער שוועדישער אינוואַזיע אין 1626.
אַלכּסנדר האָט זיך געלערנט אין דער עפֿנטלעכער שול מיט דרײַ אָדער פֿיר אַנדערע ייִדישע ייִנגלעך. דער איינציקער אונטערשייד צווישן זיי און זייערע קריסטלעכע מיטשילער איז געווען, אַז ווען עס איז געקומען די צײַט פֿאַר די רעליגיעזע לימודים, זענען זיי אַוועקגעגאַנגען זיך לערנען מיט אַ רבֿ, אַנשטאָט אַ גלח, וואָס פֿלעג קומען אין קלאַסצימער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.