(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דער פֿאָטער זײַנער האָט געגרינדעט אַ ייִדישן שפּיטאָל, און איז געווען אַקטיוו אין דער ייִדישער קהילה, איז די משפּחה געווען ניט קיין פֿרומע. „מיר פֿלעגן שטעלן אַ ניטלבוים אין שטוב‟, האָט ד׳׳ר אימיטש געזאָגט. „מײַן זיידע פֿלעגט עס זען און באַלד אַוועקגיין אין כּעס‟. דווקא צוליב דעם זיידן האָבן ד׳׳ר אימיטש און זײַנע ברידער געפּראַוועט בר־מיצווה, האַרט אין מיטן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. ס׳איז כּמעט זיכער, אַז ד׳׳ר אימיטש איז געווען דער סאַמע לעצט־געבליבענער, וואָס איז געוואָרן בר־מיצווה נאָך אין דער צאַרישער אימפּעריע.
ד׳׳ר אימיטש האָט דערציילט, אַז ער איז געווען אין דײַטשלאַנד אויף אַ קוראָרט, ווען עס האָט אויסגעבראָכן די ערשטע וועלט־מלחמה. זײַנע עלטערן האָבן מצליח געווען זיך אומצוקערן קיין טשענסטאָכאָוו, וווּ דאָס לעבן איז ווײַטער אָנגעגאַנען נאָרמאַל. „ניט קיין סך איז באמת געשען‟, האָט ד׳׳ר אימיטש געזאָגט. „די רוסן האָבן זיך פּשוט צוריקגעצויגן, און די דײַטשן האָבן איבערגענומען די מאַכט. ס׳איז ניט געווען קיין שום שׂינאה צווישן די אָקופּירער און דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג‟.
נאָך דער מלחמה, אָבער, האָט זיך זײַן לעבן באַלד געביטן. פּוילן איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיק לאַנד, און די רוסן האָבן זי דערפֿאַר אַטאַקטירט. ד׳׳ר אימיטש, צוזאַמען מיט זײַן גאַנצער גימנאַזיע, איז מאָביליזירט געוואָרן אין דער פּוילישער אַרמיי. צו 15 יאָר האָט ער געפֿירט לאַסט־אויטאָס מיט וואָפֿנס, ווי אַ טייל פֿון זײַן מיליטער־דינסט, בעת דער פּויליש־סאָוועטישער מלחמה פֿון 1918־1919, פֿון וועלכער ער איז געווען דער לעצט־געבליבענער וועטעראַן.
נאָכן פֿאַרענדיקן די גימנאַזיע האָט ד׳׳ר אימיטש באַשלאָסן, אַז ער וויל ווערן אַ שיפֿס־קאַפּיטאַן, און איז געגאַנגען לערנען אין אַ שול פֿאַר מאַטראָסן. זײַנע פּלענער זענען אָבער צושטערט געוואָרן צוליב דעם, וואָס אַ סך פֿון די אָנפֿירער זענען געווען אַנטיסעמיטן. „פֿאַרן גיין לערנען זיך אין מאַטראָסן־שול בין איך געווען אַ גוטער אַלטעט. איך בין געווען דער פֿינפֿט־בעסטער שווימער אין גאַנץ פּוילן אין מײַן קאַטעגאָריע‟, האָט ער דערקלערט. „מע האָט געסטראַשעט מיך אַרויסצווואַרפֿן פֿון דער שיף אין מיטן אָקעאַן, האָב איך ניט געהאַט קיין ברירה, ווי צו פֿאַרלאָזן די שול, ווײַל אַפֿילו איך וואָלט ניט געקענט זיך ראַטעווען פֿון מיטן אָקעאַן‟, האָט ער איראָניש געזאָגט.
ד׳׳ר אימיטש האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן ערשטער פֿרוי, געניע מענדעלסאָן, ווען ער האָט געאַרבעט אויף זײַן דאָקטאָראַט. אַ ייִדיש מיידל פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער פּויליש־רעדנדיקער משפּחה, האָט איר פֿאָטער פֿאַרמאָגט אַ ליאַלקע־פֿאַבריק, וווּ אַלכּסדנר האָט אָנגעהויבן אַרבעטן. זײַן פֿרוי איז אָבער אַוועקגעלאָפֿן מיט אַן אַנדערן מאַן, אַ קינסטלער, בײַ וועמען זי האָט זיך געלערנט מאָלערײַ. „אַ לאַנגע צײַט האָב איך געטראַכט וועגן באַגיין זעלבסטמאָרד. מײַן עלטסטער ברודער איז טאַקע באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, נאָך דעם ווי אַ פֿרוי האָט זיך צעשיידט פֿון אים. עס האָט מיר אויסגעזען ווי אַן אויסוועג. איך בין דאַנקבאַר, וואָס איך האָב עס ניט געטאָן‟.
חדשים זענען פֿאַרבײַ און ער האָט גאָרניט ניט געהערט פֿון זײַן ווײַב. פּלוצעם האָט ער באַקומען אַ ידיעה, אַז זי ליגט אין אַ סאַנאַטאָריע פֿאַר גײַסטיק־קראַנקע, און אַז ער מוז זי אָפּנעמען. ער האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין וואַרשע, וווּהין זי איז פֿריִער אַנטלאָפֿן מיטן מאָלער, און האָט איר חדשים לאַנג געהאָלפֿן צוקומען צו זיך. ווען זי איז אַרויס פֿון דער סאַנאַטאָריע, זענען זיי געפֿאָרן אויף אַ קוראָרט, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט וועלאַ קאַצענעלבאָגן, וואָס איז געוואָרן זײַן צווייטע פֿרוי.
בײַם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן ד׳׳ר אימיטש און זײַן פֿרוי וועלאַ געוווינט לעבן וואַרשע, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיט די כעמיקאַלישע פּראָצעסן אין אַ פֿאַבריק. דעם פּאָרל האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון דער דײַטשישער אינוואַזיע. צוליב דעם, וואָס זיי זענען געווען פּוילישע פּאַטריאָטן, האָבן זיי זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען די סאָוועטישע בירגערשאַפֿט און זענען דערפֿאַר אַוועקגעשיקט געוואָרן אין „גולאַג‟. „איך האָב געאַרבעט בײַם האַקן האָלץ‟, האָט ד׳׳ר אימיטש געזאָגט. „מע האָט גענומען ריזיקע סאָסנע־ביימער און זיי צעזעגט… ס׳איז געווען אַ דוחק אין עסן. אַ סך מענטשן האָבן ניט איבערגעלעבט. ס׳איז געווען זייער קאַלט. מע האָט אונדז געלאָזט ניט אַרבעטן נאָר, ווען עס איז געווען קעלטער ווי מינוס 50 גראַד צעלזיוס. אַז מע האָט געטאָן אַ שפּײַ, איז עס גלײַך געוואָרן אײַז‟.
נאָך אַ פּאָר יאָר אין אוזבעקיסטאַן איז ד׳׳ר אימיטש געקומען קיין אַמעריקע, וווּ ער איז געבליבן מיט וועלאַ, ביז איר טויט אין 1986. נאָכן ווערן אַן אַלמן איז ער ווידער אַרײַנגעטראָטן אין דער וועלט פֿון „פּאַראַנאָרמאַל‟, פֿאָרשנדיק אַזעלכע פֿענאָמענען ווי היפּנאָז, מעדיומס (די וואָס טענהן, אַז זיי קענען רעדן אין נאָמען פֿון די טויטע) און טעלעפּאַטיע (דאָס איבערגעבן געדאַנקען אָן רעדן). כאָטש ער איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן אין די לעצטע פּאָר יאָר, האָט ער נאָך אַלץ געפֿאָרשט און זיך איבערגעשריבן מיט זײַנע קאָלעגעס איבער דער וועלט דורך בליצפּאָסט, אַפֿילו מיט אַ פּאָר חדשים צוריק.
פֿאַר מיר איז דאָס דווקא געווען די סאַמע אויסערגעוויינטלעכסטע זאַך וועגן אים: ער האָט ניט בלויז דערלעבט צו מתושלחס יאָרן, נאָר אויך קיינמאָל ניט פֿאַרלוירן זײַן נײַגעריקייט צו דער וועלט. ווי כּמעט אַלע, וואָס זוכן די שווערסטע אמתן פֿונעם לעבן, האָט אַלכּסנדר אימיטש אויף זיי ניט געפֿונען קיין ענטפֿערס. אָבער זיך קיינמאָל ניט אַנטוישט, ווי עס טרעפֿט זיך כּמעט בײַ אַלע אַזעלכע „זוכערס‟; ער האָט געגלייבט אין און פּרובירט צו פֿאַרשטיין די וועלט. אַפֿילו צו 111 יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.