גאָט איז אַן עדות, אַז װײניקער פֿון אַלץ האָט זיך מיר געװאָלט צו פּאָרען זיך אינעם שמוציקן װעש, באַזונדערס, װען דאָס װעש איז ניט מײַנס. אָבער, אָט, מיט אַ שטיקל צײַט צוריק האָב איך זיך צופֿעליק געטראָפֿן מיט דער באַקאַנטער ייִדישער קולטור־טוערין שורה טורקאָװ און יענע האָט מיך באַפֿאַלן מיט טענות: „פֿאַר װאָס שרײַבסטו ניט װעגן יענעם ‘מיאוסן שפּיל’? עס איז דאָך ניט דײַן פּריװאַטער עסק. די מענטשן דאַרפֿן װיסן, װאָס ס’טוט זיך אױף דער ייִדישער גאַס. ביסטו דאָך אַ שטיקל זשורנאַליסט צי װאָס?…‟
כ’װעל זאָגן דעם אמת, שורה טורקאָװס אױפֿרוף צו אַנטפּלעקן די פּרטים פֿון „יענעם מיאוסן שפּיל‟, האָט מיך ניט איבערצײַגט, און כ’בין געבליבן בײַ מײַן פֿעסטער מײנונג ניט צו שרײַבן װעגן שמוציקע זאַכן. אָט, האָב איך געטענהט צו זיך אַלײן, עס זיצן דאָך הונדערטער שׂונאי־ישׂראל און װאַרטן אױף עפּעס אַ נײַער „געפּרעגלטע ייִדישע מעשׂה‟. אָבער די צענדליקער בליצבריװ, טעלעפֿאָנישע געשפּרעכן און אַפֿילו געדרוקטע אַרטיקלען, אין װעלכע ס׳װערט דערמאָנט מײַן נאָמען אין שײַכות מיט „יענעם מיאוסן שפּיל‟, האָבן געביטן מײַן מײנונג און פֿאָדערן פֿון מיר צו מאַכן אַ סוף סײַ צו די „אַרומפֿליִענדיקע שמועסן‟ און סײַ צו די גראָבע שקרים.
איר װײסט דאָך, אַז אַ זשמענקעלע פֿאַקטן קען קאַליע מאַכן די סאַמע שענסטע רכילותן. און די הױפּט־סיבה פֿון דעם, וואָס כ’האָב געביטן מײַן מײנונג איז, אַז מײַן אָפֿיציעל אָרט אין דער ייִדישװעלט, דהײַנו, אַ באַשטעלטער קאָלומניסט פֿון דער צײַטונג „פֿאָרװערטס‟, צװינגט פֿון מיר צו באַציִען זיך צו די הילכיקע געזעלשאַפֿטלעך־פּאָליטישע ענינים, װי אױך צו יענעם מיאוסן אױפֿטו. און דער פֿאַקט איז, אַז מיט אַ חודש צוריק האָבן צװײ באַװאָפֿנטע װעכטער ניט אַרײַנגעלאָזט מיך אין „לײװיק־הױז‟ זיך צו באַטייליקן אין אַן עפֿנטלעכער אונטערנעמונג פֿונעם פֿאַראײן פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל.
עס איז שװער איבערצוגעבן מײַן שׂימחה, װען מיט דרײַסיק יאָר צוריק, אין מיטן אַ שײנעם טאָג האָט מיר אָנגעקלונגען יחיאל שרײַבמאַן, אונדז צו לאַנגע יאָרן, און מיך באַגריסט: „עס קומט דיר אַ מזל־טובֿ, דו ביסט אַן אמתער ייִדישער שרײַבער‟. דאָס איז געשען גלײַך נאָך מײַן ערשטער גרױסער פּובליקאַציע אין „סאָװעטיש הײמלאַנד‟, אָבער איך האָב זיך ניט געאײַלט אַרײַנצושטעלן אין מײַן שריפֿטלעכער ביאָגראַפֿיע דעם בכּבֿודיקן טיטל „שרײַבער‟, כאָטש די גאָר פּאָזיטיװע אָפּשאַצונגען זײַנען געקומען פֿון אָנגעזעענע ייִדישע שריפֿטשטעלער און ליטעראַטור־קריטיקער פֿון אַלע עקן װעלט; דעריבער איז ניט קײן חידוש, אַז גלײַך נאָכן עולה זײַן קײן ישׂראל בין איך געװאָרן אַ הײמישער מענטש אינעם ייִדישן שרײַבער־פֿאַראײן. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט מען מיך אױסגעװײלט פֿאַר אַ פֿאַראַנטװאָרטלעכן סעקרעטאַר פֿונעם פֿאַראײן (אַנשטאָט דעם קראַנקן דוד שטאָקפֿיש), און אױף דער זעלבער זיצונג האָט מען מיך באַפֿרײַט פֿונעם יערלעכן מיטגליד־אָפּצאָל, און טאַקע צוליב צװײ סיבות — ערשטנס, װי אַ דאַנק־אױסדרוק פֿאַר מײַן װאָלונטאַרישער באַטייליקונג אינעם פֿאַרשפּרײטן די אַנטאָלאָגיע פֿון „ייִדיש־ליטעראַטור אין מדינת־ישׂראל‟, און צװײטנס, צוליב מײַן כראָנישער אָרעמקײט. אױף װיפֿל מיר איז באַװוּסט, ביז הײַנט צו טאָג זײַנען יענע באַשלוסן ניט אַנולירט געװאָרן. כּדי צו קאָנטראָלירן דאָס, איז גענוג אַ קוק טאָן אין די פּאַסיקע פּראָטאָקאָלן פֿון יענער צײַט. אַזױ אַרום, שױן אַ גוט שטיקל צײַט צאָל איך ניט קײן מיטגליד־אָפּצאָל, אָבער לױט עמעצנס באַשלוס דװקא איצט בין איך פּלוצעם געװאָרן אױס־מיטגליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.