ווער לייענט?

Who’s Reading?

Wikimedia Commons

פֿון לייזער בורקאָ

Published June 22, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿאַראַן טעאָריעס, פֿאַר וואָס מענער לייענען אַזוי ווייניק ליטעראַטור. קען זײַן, אַז די מענערישע פּסיכאָלאָגיע באַגרענעצט זייער פֿעיִקייט הנאָה צו האָבן פֿון די ראָמאַנען און דערציילונגען, ווײַל לויט פֿאַרשיידענע פֿאָרשונגען, ווײַזן מענער אַרויס ווייניקער מיטגעפֿיל און בכלל ווייניקער עמאָציעס ווי פֿרויען; דער לייענער דאַרף דאָך קענען מיטפֿילן מיט די העלדן פֿון דער מעשׂה. ס׳איז אויך מעגלעך, אַז דער אונטערשייד נעמט זיך דערפֿון, וואָס די מיידלעך זײַנען רויִקער שוין קינדווײַז, בשעת ס’רובֿ ייִנגלעך זיצן אויף שפּילקעס און האָבן ניט קיין געדולד פֿאַר די ביכער. ווען זיי וואַקסן אויס, רעדן די פֿרויען אויך מיט מער ווערטער, מיט אַ גרעסערן וואָקאַבולאַר ווי די מענער. ווי עס זאָגט דאָס ווערטל: אַ ייִדענע האָט נײַן מאָס רייד.

ס׳וואָלט געווען טשיקאַווע אויסצופֿאָרשן, ווי ווײַט די ייִדישע (און ייִדיש־) לייענערשאַפֿט שפּיגלט אָפּ די אַלגעמיינע טענדענץ. בכלל לייענען ייִדן מער ביכער ווי ניט־ייִדן; מיר זײַנען דאָך דער עם־הספֿר. אָבער בײַ די פֿרומע ייִדן ווערט ליטעראַטור פֿאַררעכנט פֿאַר ביטול־תּורה און נאָר די פֿרויען מעגן זיך פֿאַרגינען, ווײַל בײַ זיי איז לערנען תּורה ניט קיין בפֿירושע הלכה. דעריבער קען מען רעכענען, אַז דער פּראָצענט לייענערינס איז בײַ זיי מסתּמא נאָך העכער ווי 80% (כאָטש אויף ענגליש).

מיט ייִדיש איז דער מצבֿ מער קאָמפּליצירט, ווײַל בײַ די חסידים איז עס אין אַ געוויסער מאָס געוואָרן אַ „טאַטע־לשון‟. בדרך־כּלל, קענען די חסידישע פֿרויען בעסער ענגליש ווי זייערע מענער, לייענען זיי אויך מער ענגלישע ביכער. די נײַע ראָמאַנען אויף ייִדיש, וואָס מען פֿאַרקויפֿט אין די ספֿרים־געשעפֿטן, זעען אויס בפֿירוש ווי אַ מענער־ליטעראַטור: מעשׂיות פֿון צדיקים, וועגן דער מלחמה, „שפּאַנענדע ערציילונגען‟ וועגן שפּיאָנען אאַז”וו. אַ סבֿרא, אַז ס’רובֿ חסידים לייענען זיי ניט, אָבער ווער יאָ — איז מסתּמא נאָר מענער.

פֿון דעסטוועגן, קען מען באַטראַכטן די פֿרויען ווי אַ גרויסע פּאָטענציעלע לייענערשאַפֿט פֿאַר ייִדיש, ווען עס זאָל נאָר זײַן וואָס צו לייענען, וואָס אַפּעלירט צו זיי. סוף־כּל־סוף, זײַנען די אַמאָליקע שונד־ראָמאַנען (פֿון אײַזיק־מאיר דיק, שמ”ר אאַז”וו), געשריבן, דער עיקר, פֿאַר פֿרויען, געווען די ערשטע ייִדישע מאַסן־ליטעראַטור. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אַרויסצוגעבן מער ביכער און זשורנאַלן מיט אַ שטאַרקערן פֿרוייִשן כאַראַקטער: וועגן באַציִונגען, וועגן געזונט און עסן, מאָדע און שיינקייט, געפֿילן און משפּחה־קאָנפֿליקטן. דער פֿאַקט, אַז בלויז 3 פֿון די 15 קאָלומניסטן פֿון „פֿאָרווערטס‟ זײַנען פֿרויען, איז אַליין אַ סימן פֿון דער פּראָבלעם.

אַז מע פֿרעגט מענטשן, וואָסער מין נײַעס אינטערעסירט זיי, ענטפֿערן זיי אין דעם סדר: וועטער (איבער 50%), פֿאַרברעכערישקייט, קהילה, ספּאָרט (35%), געזונט, פּאָליטיק, טעכנאָלאָגיע, געשעפֿט, און נאָר צום סוף קומען אינטערנאַציאָנאַלע ענינים און פֿאַרווײַלונג (15%). נו, אויף ייִדיש שרײַבט מען כּמעט גאָרניט וועגן די פּאָפּולערסטע טעמעס, ווי וועטער, פֿאַרברעכערישקייט אָדער ספּאָרט, אָבער אָן אַ שיעור אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס און וועגן קונסט און קולטור, וואָס פֿאַראינטערעסירן נאָר אַ רעלאַטיוו קליינעם חלק פֿון דער באַפֿעלקערונג.

ס׳איז, אַוודאי, פֿאַראַן אַ סתּירה צווישן די אינטערעסן פֿון די לייענער און די אינטערעסן פֿון די שרײַבער, וואָס זײַנען אָפֿט אַקאַדעמיקער אָדער קולטור־טוער, פֿאַרליבטע אין פּאָליטישע און קולטורעלע טעמעס. ווער צווישן זיי קען שרײַבן וועגן אַ בייסבאָל־שפּיל, אַז ער האָט זינט 20 אָדער 40 יאָר ניט געהאַלטן קיין באַל אין דער האַנט? אָדער וועגן געפֿילן, ווען אַליין האָט ער בעסער ליב קעץ? כּדי עמעצער זאָל שרײַבן וועגן די אמת פּאָפּולערע טעמעס, דאַרף מען, קודם־כּל, אויסשולן אַ נײַעם דור ייִדישע שרײַבער — דער עיקר: שרײַבערינס — וואָס שפּיגלען בעסער אָפּ דאָס לעבן פֿונעם ברייטן אולם.