מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָב איך צופֿעליק געטראָפֿן אין פּאַריז דעם יונגן פֿראַנצויזישן קלעזמער זשאַן־גבֿריאל דאַוויס. ער האָט מיר דערציילט וועגן זײַן נײַעם פֿילם וועגן ייִדיש אין דער הײַנטיקער מיזרח־אייראָפּע, זײַן ערשטן פֿילם, וואָס מע וועט באַלד ווײַזן דאָרט אינעם „מעדעם־צענטער‟. זײַענדיק נאָר איין וואָך אין פֿראַנקרײַך, האָב איך אים דעמאָלט פֿאַרפֿעלט, אָבער דערפֿאַר האָב איך די טעג געהאַט דאָס מזל אויפֿצונעמען דאַוויס בײַ זיך אין ניו־יאָרק. ער איז געקומען זיך לערנען אין דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם און אויף עטלעכע טעג האָבן מיר אים אַרײַנגענומען אין אונדזער ברוקלינער „ייִדיש־הויז‟.
איין אָוונט האָט ער אונדז געוויזן זײַן פֿילם „אויף שלום־עליכמס פּלייצעס‟, וואָס ער האָט ספּעציעל צוליב דעם געמאַכט אין ענגליש, און מיר זײַנען געווען די ערשטע אין אַמעריקע אים צו זען. כאָטש די דאָזיקע פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין אונדזער באַשיידענעם וווינצימער, אויפֿן עקראַן פֿון דאַוויסעס שויס־קאָמפּיוטער, האָבן אַלע אײַנוווינער פֿונעם „ייִדיש־הויז‟ געשפּירט די שפּאַנונג פֿונעם מאָמענט. צום סוף פֿונעם פֿילם (וואָס געדויערט 52 מינוט) האָבן מיר מיט הילכיקע אַפּלאָדיסמענטן באַגריסט דעם רעזשיסאָר, וואָס האָט זיך דערנאָך געלייגט שלאָפֿן אויף אונדזער גאַסט־סאָפֿע.
„אויף שלום־עליכמס פּלייצע‟ דאָקומענטירט די נסיעה איבער מיזרח־אייראָפּע, וואָס דאַוויס האָט געמאַכט אין די שטעט פֿון דער אַמאָליקער און דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור: וואַרשע, ווילנע, לעמבערג, קיִעוו, ווי אויך בוקאַרעשט, בריסל און בערלין. דער פֿילם נעמט אויס וויזועל מיט בילדער און אויסבליקן פֿון די דאָזיקע אַלטע שטעט, וואָס מע האָט אַזוי שיין און פֿילפֿאַרביק רעקאָנסטרויִרט. דאָס איז ניט די מיזרח־אייראָפּע פֿון דער אַמעריקאַנער־ייִדישער פֿאָלקס־פֿאַנטאַזיע, וווּ מע טאָפּשעט זיך אין בלאָטע און מע הרגעט מענטשן איבער אַ גלעזל וואָדקע, נאָר אַ ציכטיק, ציוויליזירט וועלטל.
דאַוויס אינטערוויויִרט אַ סך מיזרח־אייראָפּעער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש — אַ סך מער ניט־ייִדן ווי ייִדן. סײַ די סטודענטן, סײַ די לערער זײַנען כּמעט אַלע ניט-ייִדן. איין סטודענט, וואָס האָט געהערט אַ ביסל ייִדיש אין דער היים פֿון זײַן זיידן, באַמערקט, אַז די אַנדערע פּוילישע ייִדן פֿון זײַן דור זײַנען ניט פֿאַראינטערעסירט אין דעם. די הײַנטיקע פּוילישע קהילה איז ניט ממשיך דאָס ייִדישקייט פֿון פֿאַר דער מלחמה; זי איז, אַזוי צו זאָגן, קינסטלעך באַשאַפֿן געוואָרן נאָך דער קאָמוניסטישער תּקופֿה, און איז שטאַרקער פֿאַרבונדן מיט העברעיִש און מיט מדינת־ישׂראל. דווקא די ניט־ייִדישע סטודענטן פֿילן אַ נאָענטקייט צו ייִדיש, אַז עס איז אַ טייל פֿון זייער פּוילישער געשיכטע.
צווישן די ייִדישע טוער, וואָס קומען צום וואָרט, איז אויך אונדזער „פֿאָרווערטס‟־קאָרעספּאָנדענט קאָבי ווײַצנער, דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿונעם נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע. ער הייבט אַרויס דעם פֿאַקט, אַז זײַן טעאַטער איז פֿון די געציילטע, וואָס שטעלן נײַע פּיעסעס אויף ייִדיש. ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַזאַ אָריענטירטע פּערספּעקטיוו איז אַ גרויסע זעלטנקייט אין מיזרח־אייראָפּע. איין אַלטער ייִד, אַ ווילנער, זאָגט זיך אַרויס אויף אַ שיינעם ליטווישן ייִדיש, אַז ייִדיש גייט אונטער, ייִדן דאַרפֿן עס ניט מער. אַפֿילו די יונגע אַקטיוויסטן און סטודענטן טראָגן זיך אַרום מיט אַזעלכע טראַגישע געפֿילן און אַ מאָדנעם פּעסימיזם, ווי זיי וואָלטן געווען אַ קליינע חבֿרה טשודאַקעס, די לעצטע מענטשן, וואָס קענען זײַן פֿאַראינטערעסירט אין דער דאָזיקער פֿאַרלוירענער קולטור. אין דעם שטעקט זיכער אַ סך אידעאַליזם און באַהאַלטענע ראָמאַנטישקייט, אָבער ס׳איז מסתּמא ניט דער בעסטער צוגאַנג פֿאַר פּראָדוקטיווער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.