לעצטנס, האָט דאָס העכסטע אַמעריקאַנער געריכט אַרויסגעלאָזט אַ סעריע פּסקים, וואָס האָבן שטאַרק צעטיילט דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק און געשאַפֿן אַ סך אומרויִקייט בײַ די אַמעריקאַנער ליבעראַלן, בפֿרט בײַ די גרופּעס, וואָס אַרבעטן לטובֿת די רעכט פֿון פֿרויען און רעליגיעזע מינדערהייטן.
די לעצטע פּאָר יאָר האָט דאָס העכסטע געריכט געשטיצט צוויי פֿאַרשידענע טענדענצן, וואָס האָבן באַווירקט אויף פֿאַרשידענע לעגאַלע באַשלוסן. די ערשטע נטיה איז די וואַקסנדיקע וויכטיקייט פֿונעם באַגריף „געשעפֿטלעכע פּערזאָנענשאַפֿט‟ (Corporate Personhood), וואָס מיינט, אַז אַ פֿירמע זאָל האָבן די זעלביקע קאָנסטיטוציאָנעלע רעכט ווי אַ מענטש און, אַז די אַמעריקאַנער געריכטן זאָלן באַהאַנדלען אַ געשעפֿט, פּונקט ווי עס וואָלט געווען אַ מענטש. די דאָזיקע טענדענץ האָט מען געקענט זען, למשל, אינעם באַשלוס פֿון 2010, ווען פֿירמעס האָבן געקענט געבן וויפֿל געלט זיי ווילן נאָר צו פּאָליטישע גרופּעס.
די צווייטע נטיה איז דאָס מאַכן עס שווערער, אַז פֿרויען זאָלן האָבן צוטריט צו טראָג־פֿאַרהיטונג (contraceptives) בכלל און צום אַבאָרט בפֿרט. דעם 26סטן יוני, למשל, האָט דאָס העכסטע געריכט געפּסקנט, אַז די געזעצן, וואָס האָבן ניט דערלאָזט, פּראָטעסטירער זאָלן קענען דעמאָנסטרירן בײַ אַן אַבאָרט־קליניק זענען געווען אומקאָנסטיטוציאָנעל. די דאָזיקע זאָנע פֿון 35 פֿוס, אין וועלכער מע טאָר ניט אַרײַטרעטן, האָט מען געמאַכט אין מאַסאַטשוסעטס צוליב דעם, וואָס די פּראָטעסטירער שרײַען אָפֿט אויף די דאָקטוירים און פּאַציענטן, וואָס פּרובירן אַרײַנצוגיין אין די אַַבאָרט־קליניקן, און מע האָט שוין דאָרטן אַ פּאָר מאָל אַפֿילו דערהרגעט דאָקטוירים בײַם אַרײַנגאַנג פֿון אַזעלכע קליניקן. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע טאָר ניט פּראָטעסטירן אין אַ סך ערטער צוליב זיכערהייט־סיבות, אַרײַנגערעכנט פֿאַרן בנין פֿונעם העכסטן געריכט אַליין, האָט דאָס געריכט געפּסקנט, אַז אַזעלכע שוץ־מיטלען פֿאָרנט פֿאַר די אַבאָרט־קליניקן זענען ניט קאָנציטוציאָנעל.
מאָנטיק, דעם 30סטן יוני, האָבן די צוויי פֿאַרשידענע טענדענצן, וואָס האָבן ביז אַהער ניט געהאַט קיין שײַכות איינע צו דער אַנדערער, זיך צונויפֿגעקומען. דעמאָלט האָט דאָס העכסטע געריכט געפּסקנט, אַז פּריוואַטע פֿירמעס מיט ביז פֿינף בעל־הבתּים, וואָס פֿאַרמאָגן ס׳רובֿ פֿון די אַקציעס, וואָס געהערן צו דער קאָרפּאָראַציע, באַקאַנט ווי Closely-Held Corporations, קענען זיך לעגאַל אָפּזאָגן פֿון באַצאָלן פֿאַר געוויסע מינים טראָג־פֿאַרהיטונג־מעדיקאַמענטן, וואָס זייערע אָנגעשטעלטע ווילן באַקומען דורך זייער געזונטהייט־פֿאַרזיכערונג.
די סיבה דערפֿאַר, האָט איבערגעגעבן דאָס געריכט אין אַ דערקלערונג צום פּסק, איז ווײַל אַזעלכע „נאָענטע־געהאַלטענע קאָרפּאָראַציעס‟ האָבן די זעלביקע רעכט צו דער פֿרײַהייט פֿון גלויבן, ווי יחידים. די דאָזיקע טראָג־פֿאַרהיטונג־מעדיקאַמענטן שטימען ניט מיט די רעליגיעזע גלויבנס פֿון די בעל־הבתּים פֿון געוויסע פֿירמעס. 90% פֿון די אַמעריקאַנער פֿירמעס, וואָס ציליווען זיך צו מאַכן אַ רווח, זענען אַזעלכע „נאָענטע־געהאַלטענע קאָרפּאָראַציעס‟ און זענען חל אויפֿן פּסק.
די ריכטער אויפֿן העכסטן געריכט זענען ווײַט ניט אַלע מסכּים געווען מיטן באַשלוס; פֿינף האָבן געשטימט פֿאַר אים, און פֿיר - קעגן. די פֿינף ריכטער, וואָס האָבן געשטימט פֿאַר דעם פּסק, זענען אַלע מענער, צווישן זיי פֿיר קאַטויליקן. די פֿיר ריכטער, וואָס האָבן געשטימט קעגן דעם פּסק, זענען באַשטאַנען פֿון דרײַ פֿרויען, אַרײַנגערעכנט צוויי ייִדישע (די אַנדערע צוויי ריכטער, אַ מאַן און אַ פֿרוי, זענען אויך קאַטוילישע). געוויסע קאָמענטאַטאָרן האַלטן, אַז די גלויבנס פֿון די ריכטער אַליין, וואָלטן געקענט משפּיע זײַן אויף זייער פּסק, ווײַל די קאַטוילישע קירכע דערלאָזט ניט, מע זאָל זיך באַנוצן מיט קיין שום מיטלען אָדער מעדיקאַמענטן, וואָס קענען העלפֿן אַ פֿרוי אויסצומײַדן, זי זאָל ווערן טראָגעדיק.
אַ סך מענטשן האָבן, פֿאַרשטייט זיך, שאַרף רעאַגירט אויפֿן באַשלוס. די ריכטערין רות ביידער־גינזבורג האָט געשריבן אין נאָמען פֿון די „ניין‟־זאָגנדיקע ריכטער; „איך האָב מורא, אַז דאָס געריכט איז אַרײַנגעטראָטן אין אַ מינע־פֿעלד‟. זי האָט ווײַטער דערקלערט, אַז „דער באַשלוס האַלט אָפּ לעגיאָנען פֿרויען, וואָס זענען ניט פֿון די זעלביקע גלויבנס ווי זייערע אַרבעטס־געבער; פֿון באַקומען צוטריט צו טראָג־פֿאַרהיטנדיקע מיטלען דורך זייער מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.