מיט 130 יאָר צוריק, דעם 7 יולי 1884, איז אין מינכן, בײַ פֿאַרמעגלעכע ייִדישע עלטערן, געבוירן געוואָרן דער דײַטש-שפּראַכיקער ראָמאַניסט ליִאָן פֿויכטוואַנגער. איצט איז זײַן נאָמען אין אַ גרויסער מאָס פֿאַרגעסן געוואָרן, בפֿרט מחוץ דעם עלטערן דור און די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער און ליטעראַטור-קענער.
איך האָב אַרײַנגעקוקט אין קאַטאַלאָגן פֿון אַ צאָל צענטראַלע ביבליאָטעקן. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אין די לעצטע יאָרן גייען אַרויס מער ספּעציאַליזירטע, אַקאַדעמישע ביכער וועגן און אַרום פֿויכטוואַנגערן, איידער זײַנע אייגענע ווערק גופֿא. און נאָך איין אײַנדרוק שאַפֿט זיך בײַם דורכקוקן די קאַטאַלאָגן: די גרעסטע צאָל נײַע אויסגאַבעס פֿון פֿויכטוואַנגערס ווערק זײַנען אַרויס אויף רוסיש. אויף דער ביכער-פּאָליצע פֿון אַ סאָוועטיש-ייִדישן אינטעליגענט האָט געמוזט שטיין די צוועלף-בענדיקע אויסגאַבע פֿון רוסישע איבערזעצונגען פֿון ליִאָן פֿויכטוואַנגער. און נאָך בעסער איז געווען, אויב עס איז געשטאַנען אויך דער צוגאָב-באַנד, אָן אַ נומער, מיט פֿויכטוואַנגערס ראָמאַן „די שפּאַנישע באַלאַדע‟. אויף דײַטש הייסט עס Die Jüden von Toledo, וואָס איז אָפּגעהיט געוואָרן אין דער ייִדישער איבערזעצונג, „די ייִדישע טאָכטער פֿון טאָלעדאָ‟ (אַרויס אין וואַרשע אין 1960). אָבער דאָס וואָרט „ייִד‟ אין פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן פֿלעגן קיין סך מזל אין סאָוועטישע פּובליקאַציעס ניט האָבן.
אַזוי צי אַזוי, האָבן פֿויכטוואַנגערס ווערק, צוזאַמען מיט שלום-עליכמס און איסאַק באַבעלס פּראָזע, געשפּילט זייער אַ ממשותדיקע ראָליע אין באַפֿרידיקן דעם „נאַציאָנאַלן אינטערעס‟ פֿון סאָוועטישע ייִדן. די ראָמאַנטישע „שפּאַנישע באַלאַדע‟ האָט זיי דערציילט וועגן ספֿרדישע ייִדן אין מיטלעלטער, וועגן אַ ליבע, וואָס האָט זיך צעשפּילט צווישן אַ קריסטלעכן קעניג און אַ ייִדישער יפֿת-תּואר. אויף ספֿרדישקייט האָבן דאָך די רוסישע ייִדן בכלל געקוקט ווי אויף אַ מין ייִדישער אַריסטאָקראַטיע. אייניקע — די אייניקלעך פֿון שטעטלדיקע שוסטערס און שנײַדערס — האָבן אַפֿילו געהאַט (און האָבן נאָך אַלץ) פֿאַנטאַזיעס וועגן דעם „בלויען בלוט‟ פֿון ספֿרדישע אָבֿות, וואָס צירקולירט כּלומרשט אין זייער אָדערן.
פֿויכטוואַנגערס ראָמאַן „די ייִדישע מלחמה‟ האָט דעם סאָוועטישן ייִדן געגעבן אַ ליטעראַרישע אינטערפּרעטאַציע פֿון יוסף פֿלאַוויוּסעס געשיכטע. און מע האָט, פֿאַרשטייט זיך, געלייענט דעם ראָמאַן „ייִד זיס‟, וואָס האָט געמאַכט פֿויכטוואַנגערן פֿאַר אַ וועלט-באַרימטן שרײַבער. אַ געוויסע צײַט איז עס אין דער ענגליש-שפּראַכיקער וועלט געווען דאָס סאַמע פּאָפּולערע דײַטש-שפּראַכיקע ליטעראַרישע ווערק. דער ראָמאַן איז אַרויס אין יאָר 1925; אָבער נאָך פֿריִער, אין 1916, האָט פֿויכטוואַנגער אָנגעשריבן אַ פּיעסע אונטער דעם זעלבן נאָמען. אין 1934 איז אין ענגלאַנד אַרויס אַ פֿילם, באַזירט אויף פֿויכוואַנגערס ראָמאַן.
צו יענער צײַט האָט דער שרײַבער שוין געוווינט אין פּאַריז. אין דעם נאַצישן דײַטשלאַנד איז פֿאַר אים געווען געפֿערלעך צו בלײַבן. און ניט נאָר ווײַל ער איז געווען אַ ייִד — די ערשטע צײַט האָבן דאָך די נאַציס ניט דורכגעפֿירט קיין פּראָגראַם פֿון פֿיזיש ליקווידירן די ייִדישע באַפֿעלקערונג; אָבער פֿויכטוואַנגער איז געווען באַקאַנט ווי אַן אַנטיפֿאַשיסטישער שרײַבער, בפֿרט נאָך זײַן ראָמאַן „דערפֿאָלג‟ (1930), וווּ ער שילדערט די אַנטוויקלונג פֿון פֿאַשיזם אין דײַטשלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.