(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ד׳׳ר צוקער האָט דערמאָנט, אַז צו יענער צײַט האָט גראַדע געדאַרפֿט רעדן אויף אַ קולטורעלער פּראָגראַם פֿון דער „יונגטרוף‟־באַוועגונג און איז ניט געקומען. ערשט דעמאָלט האָט די ייִדישיסטישע וועלט זיך דערוווּסט, אַז עפּעס איז דער מער מיט אים. שפּעטער האָט ד׳׳ר צוקער געהערט, אַז דער פֿאַרבעטענער גאַסט האָט טאַקע אויסגעהויכט די נשמה אינעם זעלביקן טאָג, וואָס ער האָט געדאַרפֿט רעדן בײַ דער „יוגנטרוף‟־אונטערנעמונג.
ד׳׳ר מרים טרין פֿון דזשאָנס־האָפּקינס־אוניווערסיטעט, וואָס זי פֿירט אָן מיטן קאַטאָלאָגירן דעם אַרכיוו, האָט געזאָגט בײַם אָנהייב פֿון איר רעדע, אַז דער פּראָצעס איז פֿאַר איר געווען „אַ גאָר שפּאַנענדיקע אַוואַנטורע‟. זי האָט איבערגעגעבן, אַז דער אַרכיוו האָט זיך לכתּחילה געפֿונען אין אַ גאַנץ כאַאָטישן מצבֿ, און אַז די פֿאַרשידענע דאָקומענטן האָבן ניט בלויז קיין סדר ניט געהאַט, נאָר זענען אויך געווען אין גאַנצן איבערגעמישט; איין זייטל פֿון אַ דאָקומענט איז געלעגן אין איין קופּע, צען זײַטלעך פֿונעם זעלביקן דאָקומענט - אין אַ צווייטער קופּע, צונויפֿגעמישט מיט בלעטער פֿון אַנדערע דאָקומענטן, און אַזוי ווײַטער. „ס׳איז געווען אַ מבול פֿון פּאַפּירן‟ האָט ד׳׳ר טרין דערקלערט.
נאָך דעם ווי מע האָט די מאַטעריאַלן אײַנגעסדרט אין פֿאַרשידענע קאַטעגאָריעס, איז פֿונעם גאַנצן באַלאַגאַן געבליבן 60 ריזיקע קאַסטנס, אין וועלכע מע האָט פֿאָרזיכטיק געהאַלטן די דאָקומענטן און חפֿצים, כּדי זיי צו קענען שפּעטער באַאַרבעטן. פֿון די 60 קאַסטנס איז איין קאַסטן באַשטאַנען פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס, צוויי - פֿון אָפֿיציעלע דאָקומענטן, און פֿיר אַנטהאַלטן אויסשניטן פֿון פֿאַרשידענע צײַטונגען און זשורנאַלן - אָדער פֿון גראַדעס ווערק גופֿא, אָדער רעצענזיעס אויף זײַנע ווערק. אַכט פֿון די קאַסטנס אַנטהאַלטן מאַנוסקריפּטן און קאָרעספּאָנדענץ פֿון אינע העקער־גראַדע, און 21 קאַסטנס זענען באַשטאַנען פֿון מאַנוסקריפּטן און קאָרעספּאָנדענץ פֿון חיים גראַדע אַליין, ווי אויך פּערזענלעכע מאַטעריאַלן.
צווישן די מאַנוסקריפּטן האָט ד׳׳ר טרין געפֿונען אַ צאָל ווערק, וואָס מע האָט קיינמאָל ניט פֿאַרעפֿנטלעכט, ווי אויך ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע ווערק, וואָס זענען נאָך ניט געדרוקט געוואָרן און מאַנוסקריפּטן פֿון רעדעס, וואָס ער האָט געהאַלטן איבער דער גאַנצער וועלט. ד׳׳ר טרין האָט דערקלערט דעם עולם, אַז אַ סך מער פֿון די מאַנוסקריפּטן זענען פּראָזע איידער פּאָעזיע. קיין פּינקלטעכע פּרטים וועגן דעם אינהאַלט פֿון די פֿריִער־ניט־געדרוקטע מאַנוסקריפּטן האָט ד׳׳ר טרין ניט געגעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.