(די 3 טע זײַט פֿון 3)
כאָטש די ליטעראַרישע מאַנוסקריפּטן זענען פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן דער סאַמע צוציִענדיקסטער אַספּעקט פֿונעם אַרכיוו, איז דער גרעסטער טייל באַשטאַנען פֿון בריוו. ס׳רובֿ פֿון די בריוו זענען געשריבן געוואָרן פֿון אַנדערע צו חיים גראַדע. צווישן זיי געפֿינט מען בריוו פֿון אַזעלכע וויכטיקע ייִדישע שרײַבער ווי אַבֿרהם סוצקעווער, בינעם העלער, אלי וויזעל און אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט. גראַדע פֿלעגט זיך גריבלען אין די אַרכיוון פֿון אַנדערע שרײַבער, ווי ה. לייוויק, כּדי צו קאָפּירן זײַנע אייגענע בריוו פֿאַר זײַן אייגענעם אַרכיוו. צוליב דעם פֿאַרמאָגט דער איצטיקער „חיים גראַדע־ און אינע העקער־גראַדע־אַרכיוו‟ אַ היפּשע צאָל בריוו, וואָס גראַדע אַליין האָט אָנגעשריבן. אויף אַ פֿראַגע וועגן דעם, צי ס׳זענען דאָ בריוו פֿון גראַדעס ליטעראַרישן קאָנקורענט, יצחק באַשעוויס־זינגער האָט ד׳׳ר טרין געענפֿערט, אַז ניין, דערקלערנדיק, אַז אויב זיי וואָלטן געדאַרפֿט זאָגן עפּעס איינער דעם אַנדערן, איז עס מסתּמא געווען אויפֿן טעלעפֿאָן, ווײַל זיי האָבן ביידע געוווינט אין ניו־יאָרק.
אַחוץ די אַלע בריוו פֿון שרײַבער זענען אויך פֿאַראַן אַ סך בריוו פֿון אינסטיטוציעס, פֿאַרלעגער, רעדאַקטאָרן פֿון זשורנאַלן און צײַטונגען, ווי אויך בריוו וואָס גראַדע האָט באַקומען פֿון קרובֿים. צווישן די בריוו, וואָס טראָגן אַ פּריוואַטן כאַראַקטער, געפֿינט מען אַ בריוו־אויסטויש מיט זײַנע ברידער, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה.
ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ פּראָגראַם, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור, איז די אונטערנעמונג ניט אָנגעגאַנגען אין גאַנצן אָן קאָנטראָווערסיע. קורט לעוויאַנט, דער איבערזעצער פֿון גראַדעס ראָמאַנען „צמח אַטלאַס‟ און „די עגונה‟, האָט געפֿרעגט ד׳׳ר טרין, פֿאַר וואָס מע האָט אַ נאָמען געגעבן דעם אַרכיוו נאָך אינע העקער־גראַדע, און ניט בלויז נאָך חיים גראַדע. לעוויאַנט, וואָס פֿילט זיך נאָך אַלץ שטאַרק געטראָפֿן צוליב דעם אופֿן, ווי אַזוי אינע העקער־גראַדע האָט אים און אַנדערע חבֿרים פֿון איר מאַן באַהאַנדלט, האָט בעתן כּיבוד געזאָגט אַ פּאָר מענטשן, אַז ס׳איז געווען אַ „שאַנדע און אַ בושה‟, וואָס מע האָט דעם אַרכיוו אַ נאָמען געגעבן אויך נאָך איר, ווען מע באַטראַכט דעם אופֿן ווי זי האָט באַהאַנדלט דעם מאַנס ירושה. דער „ייִוואָ‟, פֿון זײַן זײַט, האַלט, אַז דער נאָמען איז פּאַסיק, ווײַל זי האָט אָנגעשריבן אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן, און גראַדעס פּערזענלעכע מאַטעריאַלן און מאַנוסקריפּטן האָבן טאַקע געהערט צו איר במשך פֿון 28 יאָר.
נאָך ד׳׳ר טרינס רעדע איז מרים חיה־סגל אויפֿגעטראָטן מיט אַ צאָל לידער, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון מרדכי און טשאַרנע שעכטער. סטיוו סטערנער האָט זי באַגלייט אויף דער פּיאַנע. בנימין שעכטער האָט דערציילט וועגן זײַן פֿאָטער און פֿאָרגעלייענט אַ פּאָר קאָמישע לידער, וואָס זײַנע קרובֿים האָבן געשריבן איינער דעם אַנדערן אויף זייערע געבוירן־טעג. אין אַ ליד פֿאַר זײַן ווײַב טשאַרנע האָט ד׳׳ר שעכטער פֿאַרטײַטשט אַ זעלטן וואָרט, וואָס ער האָט עס זיך באַנוצט, וווּ אַ פֿוסנאָטע צום ליד און אָנגעוויזן די ייִדישע דיאַלעקטן, אין וועלכן מע האָט דאָס וואָרט באַנוצט. דאָס ליד איז, פֿאַרשטייט זיך, דעם עולם שטאַרק געפֿעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.