דעם 17טן יולי האָט דער „ניו־יאָרק טײַמז‟ געבראַכט די טרויעריקע נײַעס, אַז דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס, איינע פֿון די געציילטע פֿאַרבליבענע ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס אין ניו־יאָרק, וועט ביז סוף חודש פֿאַרמאַכן זײַן ביוראָ. מיט אַ טאָג שפּעטער האָט דער קאָנגרעס פֿאַרבעטן די סטודענטן פֿון דער ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם צו קומען נעמען פֿאַר זיך די ייִדישע ביכער, וואָס געפֿינען זיך נאָך אינעם ביוראָ; די ניט־גענומענע ביכער וועט מען איבערגעבן דעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, די אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן — אין ייִוואָ.
דער קאָנגרעס־ביוראָ אויף דער 26סטער גאַס איז מסתּמא געווען דאָס לעצטע היימישע אָרט פֿון דער ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק. די ווענט זײַנען געווען פֿאַרשטעלט מיט ביכער־פּאָליצעס, באַהאָנגען מיט אַלטע בילדער און פּלאַקאַטן. אמת, דער קולטור־קאָנגרעס האָט זיך אַהין אַרײַנגעצויגן ערשט אין 2009, אָבער פֿריִער האָט דער צימער געהערט צו איטשע גאָלדבערג, דעם לאַנג־יאָריקן רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „ייִדישע קולטור‟, וואָס איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 102 יאָר. דער קאָנגרעס־ביוראָ האָט ניט אויסגעזען ווי אַ שפּיטאָל אָדער אַ קאָרפּאָראַציע, ווי אַ טייל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס, וואָס איך וועל זיי ניט דערמאָנען, נאָר ווי אַן אָרט, וווּ די ייִדישע קולטור איז נאָך געווען אָנצוטאַפּן מיט די הענט, אַזוי צו זאָגן.
דעריבער איז געווען קאַלעמוטנע אויפֿן האַרצן צו זען, ווי די פּאָליצעס ווערן אויסגעליידיקט, ווי די קעסטלעך מיט ביכער און אַנדערע חפֿצים וואַלגערן זיך אונטער די פֿיס פֿון די ייִוואָ־סטודענטן, וואָס כאַפּן די פֿאַרבליבענע ביכער מיט זשעדנע הענט. איך האָב זיך אויך צוגעכאַפּט צו די ביכער, מיט אַ ביסל אַ שלעכט געוויסן, און זיך געטרייסט מיטן געדאַנק, אַז ס׳איז בעסער די ביכער זאָלן געהערן צו סטודענטן, וואָס וועלן זיי אפֿשר לייענען, ווי ליגן ערגעץ פֿאַרשטויבט אין אַ סקלאַד.
ס׳איז ניט דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך באַטייליק זיך אין אַזאַ מין „באַרויבונג‟ פֿון אַן אַלטער ייִדישער קולטור־אָרגאַניזאַציע. איך געדענק נאָך, ווי מיט 10 יאָר צוריק, ווען דער ביוראָ פֿונעם „בונד‟ אין ניו־יאָרק האָט זיך פֿאַרמאַכט, און איך האָב געהאָלפֿן אויסצוליידיקן די צימערן, אַרויסוואַרפֿן טויזנטער עקזעמפּלאַרן פֿונעם בונדישן זשורנאַל „אונדזער צײַט‟; ווען די „ייִדיש־ליגע‟ איז אַריבער אין אַ קלענערן ביוראָ מיט אַ יאָר שפּעטער, האָט מען אויך געדאַרפֿט פּטור ווערן פֿון אַ סך ביכער, און איך מיט די אַנדערע ייִוואָ־סטודענטן האָבן דעמאָלט אויך אָפּגעלעקט אַ ביינדל. נאָר די „ייִדיש־ליגע‟, ניט ווי דער „בונד‟, איז ווײַטער אַקטיוו אויף דער ייִדישער גאַס, און לאָמיר האָפֿן, אַז דאָס זעלבע וועט זײַן מיטן “קולטור־קאָנגרעס”.
פֿאַר יעדער קליינער אָרגאַניזאַציע איז אַ ביוראָ אַ לאַסט, אַ שווערע פֿינאַנציעלע הכבדה, און באַפֿרײַען זיך דערפֿון קען דערמעגלעכן נײַע איניציאַטיוון. דער אַרטיקל אינעם „טײַמז‟ האָט געמאַכט דעם פֿאַלשן אײַנדרוק, אַז מע דאַרף נאָכן “קולטור־קאָנגרעס” שוין זאָגן קדיש און דאָס פֿאַרמאַכן דעם ביוראָ, אַז ס‘איז אַ מין לוויה. דאָס איז אַ געפֿערלעכער טעות, ווײַל די געלטגעבער און פֿונדאַציעס קענען מיינען, אַז ס׳איז שוין נאָך אַלעמען, און מען קען דעם טויטן מער ניט העלפֿן. אָבער ס׳אַ ליגן! — דער קאָנגרעס איז אַ חולה, אָבער ער גוססט ניט. עס זײַנען פֿאַראַן גוטע מעגלעכקייטן צו פֿאַרזיכערן דעם פֿינאַנציעלן יסוד פֿון דער אָרגאַניזאַציע, ניט געקוקט אויפֿן שווערן קלאַפּ, וואָס די „אַטראַן־פֿונדאַציע‟ האָט איר דערלאַנגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.