אַ משל פֿון די בעלי־חיים

A Lesson from the Animals


פֿון לייזער בורקאָ

Published July 25, 2014, issue of August 15, 2014.

אין דער דאָזיקער קריזיס־צײַט, ווען די וועלט ברענט פֿון אַלע זײַטן, ווילט זיך אַ זשורנאַליסט נעמען אַ שטעלונג צו די אַלע פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען: די מלחמות אין עזה, אוקראַיִנע, סיריע, איראַק, אַפֿגאַניסטאַן, פּאַקיסטאַן, ניגעריע, דרום־סודאַן און נאָך; די שרעקלעכע סיטואַציע בײַ דער אַמעריקאַנער גרענעץ, וווּ צענדליקער טויזנטער קינדער און יוגנטלעכע פֿון צענטראַל־אַמעריקע שמוגלען אַרײַן; דער פּאַראַליז פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטישער סיסטעם; די גלאָבאַלע אָנוואַרעמונג אאַז”וו.

נאָר מיר דאַכט זיך, אַז פּטרן מער ווערטער אויף די דאָזיקע קריזיסן, וועט גאָרניט ניט ברענגען, פּונקט אַזוי ווי אַ סך גרעסערע קענער ווי איך האָבן מיט זייערע קלוגע קאָמענטאַרן אויך גאָרניט געהאָלפֿן. אַן אַרטיקל אין „פֿאָרווערטס‟ וועט ניט ברענגען קיין שלום פֿאַר דער מענטשהייט, איז לאָמיר בעסער נעמען אַ משל פֿון אונדזערע קרובֿים, די בעלי־חיים. זיי שאַפֿן ניט קיין רעליגיעס אָדער נאַציעס, זיי מאַכן ניט קיין מלחמות, זיי פֿירן ניט דורך קיין אויסגערעכנטע פּלענער פֿון גענאָציד און עטנישער „אויסרייניקונג‟. טראַכטן (אויף וויפֿל זיי טראַכטן בכלל) טראַכטן זיי נאָר וועגן די אמתע פּראָבלעמען פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן: עסן, שלאָפֿן, „ליבע‟ אאַז״וו.

ס׳איז אַוודאי אַ טעות צו אידעאַליזירן די בעלי־חיים, ווײַל צווישן זיך און אַפֿילו צווישן מענטשן קענען זיי זיך פֿירן מיט אַכזריות. פֿון דעסטוועגן, קומט דאָס ניט פֿון אויסגערעכנטער רישעות, צוליב רעליגיעזע, נאַציאָנאַליסטישע אָדער אידעאָלאָגישע סיבות, נאָר פֿון זייערע פּשוטע חייִשע אינסטינקטן, וואָס זיי זײַנען ניט בכּוח צו קאָנטראָלירן. בעצם זײַנען זיי אומשולדיקע באַשעפֿענישן, וואָס מע קען זיי גלײַכן צו קינדער, וואָס ווייסן ניט וואָס זיי טוען, און אין דעם קען מען אפֿשר אויך זען זייער מאָראַלישע העכערקייט לגבי מענטשן.

אין דער דאָזיקער צײַט, ווען מענטשן הרגענען איינער דעם צווייטן איבער פֿאַרשיידענע אויסגעטראַכטע געטשקעס, ווילט זיך מיר דערמאָנען מיט כּבֿוד די בעלי־חיים, וואָס איך האָב געקענט אין מײַן לעבן. ווי אַ שטאָטמענטש, האָב איך קיין מאָל ניט געהאַט צו פֿיל קאָנטאַקטן מיט די חיות, אַפֿילו אין די קינדער־יאָרן. כאָטש איך האָב אין אַ געוויסער תּקופֿה געחלומט פֿון האָבן אַ הינטל, זײַנען אונדזערע שטוב־חיות באַשטאַנען נאָר פֿון פֿאַרשיידענע מינים פֿיש, פּאָפּוגײַעלעך, און איין האַמסטער. ווי דער שטייגער איז בײַ שטוב־חיות, האָבן זיי אַלע געהאַט אַ טרויעריקן סוף.

די ערשטע גאָלדפֿישלעך האָב איך, דאַכט זיך, געוווּנען אויף עפּעס אַ יריד — זיי האָבן זיך געפֿונען אין אַ פּלאַסטיש זעקל מיט פּונקט גענוג וואַסער, כּדי זיי זאָלן ניט אויסגיין אין משך פֿון דער נסיעה אַהיים. ווען איך בין אָבער אָנגעקומען, האָב איך אַנטדעקט, אַז דאָס נאָרמאַלע וואַסער פֿון קראַן טויג ניט פֿאַר זיי, און אויף מאָרגן בין איך שוין געגאַנגען מיט דער מאַמען אין אַ דערבײַיִקער קראָם צו קויפֿן נאָך אַ פּאָר גאָלדפֿישלעך, וואָס זאָלן פֿאַרבײַטן די ערשטע.

די פּאָפּוגײַעלעך זײַנען געשטאָרבן אויף מער משונהדיקע אופֿנים: איין פּאָפּוגײַעלע איז אַרײַנגעפֿלויגן אין אַ שויב, נעבעך; דאָס צווייטע איז אַרויס דורך אַן אָפֿענעם פֿענצטער אויף דער פֿרײַ; דאָס דריטע איז אַרײַנגעפֿאַלן אין עפּעס אַ לעכל אין דער וואַנט און איז מער נישט אַרויס; און דאָס פֿערטע האָט אַ לענגערע צײַט געקרענקט ביז עס איז אויסגעגאַנגען.