די רײַכע לעבנס־געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער האָװאַרד פֿאַסט (1914־2003) האָט לעצטנס אױפֿגעװעקט אַ נײַעם אינטערעס צװישן די היסטאָריקער. די סאַמע אָנגעשפּאַנטע צײַטן אין זײַן לעבן זײַנען געװען די יאָרן צװישן 1943 און 1957, װען פֿאַסט איז געװען אַן אַקטיװער מיטגליד פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד און מיזרח־דײַטשלאַנד איז ער געװען דער סאַמע פּאָפּולערער אַמעריקאַנער שרײַבער, און זײַנע ביכער זײַנען אַרױס אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן, הגם זײַנע באַציִונגען מיט די אידעאָלאָגישע משגיחים אין דער אַמעריקאַנער פּאַרטײ זײַנען װײַט ניט געװען קײן פּשוטע.
די ביאָגראַפֿישע שטודיע פֿון דזשעראַלד סאָרין באַהאַנדלט דעם דאָזיקן קאָמוניסטישן פּעריאָד מיט אַ ספּעציעלער התמדה. דערבײַ מערקט דער מחבר אָפּ, אַז קײן מערקװירדיק ליטעראַריש װערק האָט פֿאַסט אין יענער צײַט ניט אָנגעשריבן, אָבער ער איז געװאָרן אַן אַקטיװע פֿיגור אױף דער פּאָליטישער װעלטבינע פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟. פֿאַסט האָט אָנגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען סײַ מיט דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער ליטעראַרישער נאָמענקלאַטור, סײַ מיט די לינק־געשטימטע אײראָפּעיִשע און אַמעריקאַנער אינטעלעקטואַלן.
פֿאַסט איז אױפֿגעװאַקסן אין אַן אָרעמער געגנט אין ניו־יאָרק צווישן אַ געמישטער באַפֿעלקערונג און ניט באַקומען קײן אָנשטענדיקע בילדונג. פֿאַר דער קאָמוניסטישער אינטעליגענץ, װאָס לרובֿ האָט געשטאַמט פֿונעם מיטלשטאַנד, איז ער געװען אַ מציאה: אַן עכטער פּראָלעטאַריער, װאָס האָט זיך אַלײן דערשלאָגן צו אַ ליטעראַרישן דערפֿאָלג מיט זײַן מי און טאַלאַנט. אָבער ניט אַלץ אין פֿאַסטס װערק האָט געשטימט מיט דער פּאַרטײ־ליניע. צומאָל האָט דאָ געפֿעלט אַ פּאָזיטיװע געשטאַלט פֿון אַ קאָמוניסטישן אָנפֿירער, צומאָל זײַנען די פֿאַבריקאַנטן אַפֿילו אַרױס װי פּאָזיטיװע פֿיגורן; צומאָל האָט ער ניט ריכטיק אױסגעטײַטשט די דיאַלעקטיק פֿונעם פּאָליטישן קאַמף. די אױפֿפּאַסער אין דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטײ האָבן כּסדר געגעבן פֿאַסטן אַ פּסק פֿאַר זײַנע װערק, הגם די גאַנצע קאָמוניסטישע באַװעגונג אין רוסלאַנד און אַמעריקע האָט זיך שטאַרק גענײטיקט אין אים. צו יענער צײַט האָבן שױן אַ היפּשע צאָל פּראָמינענטע קולטורעלע פּערזענלעכקײטן געהאַט פֿאַלאָזט די פּאַרטײ מיט אַ סקאַנדאַל.
װאָס זשע האָט צוגעצױגן פֿאַסט צו קאָמוניזם, און פֿאַר װאָס איז ער געװאָרן אַ פּאַרטײ־מיטגליד ערשט אין 1943, װען מ׳האָט שױן אױף זיכער געװוּסט װעגן סטאַלינס פֿאַרברעכערישן רעזשים? סאָרין האַלט, אַז אױף פֿאַסטס באַשלוס האָט משפּיע געװען, קודם־כּל, זײַן סבֿיבֿה. בעת דער מלחמה האָט פֿאַסט געאַרבעט פֿאַרן ראַדיאָ „קול פֿון אַמעריקע‟, װוּ אַ סך מיטאַרבעטער זײַנען געװען קאָמוניסטן. חוץ דעם, זײַנען זײ געװען שאַרפֿזיניקע, רײַכע און גלאַמורנע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.