(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דער רחבֿותדיקער לעבנס־שטײגער פֿון זײַנע נײַע פֿרײַנד האָט געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אױף פֿאַסטן, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין דלות. זײ זײַנען געװען ענלעך אױף די העלדן פֿון זײַנע היסטאָרישע ראָמאַנען: שטאַרקע מענטשן, װאָס זײַנען בכּוח צו ענדערן דעם גאַנג פֿון דער געשיכטע. פֿאַסט האָט געפֿילט, אַז ער אַלײן שטײט אױף דער פֿראָנט־ליניע פֿונעם גרױסן היסטאָרישן קאַמף, און זײַן געװער איז זײַן װאָרט.
זײַנע נײַע קאָמוניסטישע באַקאַנטע פֿון האָליװוּד, מערסטנס ייִדן, זײַנען געװען עכטע קעמפֿער קעגן פֿאַשיזם; אָבער װי אַ פּאַרטײ־מיטגליד האָט זיך פֿאַסט געהאַלטן געטרײַ בײַ דער סטאַליניסטישער ליניע. װען די פּאַרטײ־דיסציפּלין האָט געפֿאָדערט, האָט ער אַטאַקירט זײַנע אַמאָליקע חבֿרים פֿאַר זײערע אידעאָלאָגישע חטאים. ער האָט געזונגען שבֿחים דער סאָװעטישער סיסטעם, און זײַן אַנטױשונג מיט דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט האָט געהאַלטן אין אײן װאַקסן. אין הסכּם מיט דער קאָמוניסטישער תּורה, האָט ער געגלייבט, אַז בלױז אַ קאָמוניסטישע רעװאָלוציע, לױטן סאָװעטישן מוסטער, קאָן ראַטעװען די גאַנצע װעלט.
פֿאַסט איז געװען זײער אַ פּראָדוקטיװער שרײַבער און האָט זיך גענומען צו ביז גאָר פֿאַרשידענע טעמעס. ער האָט געשריבן װעגן דער אַמעריקאַנער געשיכטע און הײַנטצײַטיקער סאָציאַלער פּראָבלעמאַטיק, פֿאַרפֿאַסט ביאָגראַפֿיעס און קאָמערציעלע ליבע-ראָמאַנען. קײן ייִדישע בילדונג האָט ער ניט באַקומען, אָבער ער האָט יאָ אָנגעשריבן עטלעכע ביכער װעגן ייִדישער געשיכטע. דאָס סאַמע באַקאַנטע צװישן זײ איז דער ראָמאַן „מײַנע רומפֿולע ברידער‟ װעגן דעם אױפֿשטאַנד פֿון די מכּבייער. װי אַ קאָמוניסט, האָט פֿאַסט ניט געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַן אַתּה־בחרתּנו־פֿאָלק. אַנטיסעמיטיזם איז פֿאַר אים געװען אַ פֿאָרעם פֿון דיסקרימינאַציע, װאָס איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. אָבער אין זײַן היסטאָרישן ראָמאַן האָט ער געמאָלט די מכּבייער װי פֿרײַהײט־קעמפֿער קעגן די גריכן, אַ מין אוראַלטע „פֿאַשיסטן‟.
אין אַמעריקע האָט דער ראָמאַן באַקומען אַ װאַרעמע אױפֿנאַמע, ניט געקוקט אױפֿן מחברס שם װי אַ קאָמוניסט. דאָס בוך איז אַרױס אין אַ פּאַסיקן מאָמענט, װען אי דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אי די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָבן געשטיצט די נײַ־געּבױרענע מדינת־ישׂראל. אָבער ניט געקוקט אױף דעם, איז דער ראָמאַן ניט אַרױסגעגעבן געװאָרן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און די קאָמוניסטישע פֿירערשאַפֿט האָט פֿאַסטן חושד געװען אינעם חטא פֿון נאַציאָנאַליזם.
פֿאַסטס ליבע–אַפֿערע מיט קאָמוניזם האָט זיך געענדיקט נאָך דעם, װי די סאָװעטישע פֿירערשאַפֿט האָט אַנטפּלעקט דעם שרעקלעכן אמת װעגן סטאַלינס „פּערזענלעכקײט־קולט‟. אין די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט פֿאַסט אָנגעשריבן אַן אױטאָביאָגראַפֿיע, װוּ ער האָט געפּרוּװט צו דערקלערן זײַן סימפּאַטיע צו קאָמוניזם. װי עס באַװײַזט סאָרין, איז דער דאָזיקער אַלײן–פּאָרטרעט ניט פֿאַרלאָזלעך. האָװאַרד פֿאַסט איז ניט געװען קײן אינטעלעקטואַל מיט שטאַרקע אַנאַליטישע קריטישע פֿעיִקײטן. אין תּוך איז ער פֿאַרבליבן אַ פּראָסטער ייִדישער אימיגראַנט פֿונעם צװײטן דור, װאָס איז פֿאַרכּישופֿט געװאָרן פֿון די אוטאָפּישע הבֿטחות פֿון קאָמוניזם און פֿון דעם גלאַנץ בײַ דער ראַדיקאַל־לינקער אינטעליגענץ, װאָס האָט װױל געלעבט אונטערן דאַך פֿון אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם, און האָט געחלומט װעגן סאָװעטישן גן־עדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.