(די 3 טע זײַט פֿון 3)
די היישעריקן זענען באַקאַנט ווי געפֿערלעכע מזיקים, וואָס טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן הונגער אין אַ סך ראַיאָנען פֿון דער וועלט. מיט אַ יאָר צוריק, האָבן זיי געבראַכט אַ ריזיקן היזק אין מאַדאַגאַסקאַר. בענכאַלד, אַן אינזשעניר, גלייבט אָבער, אַז מע קאָן זיי אויסנוצן ווי אַ קוואַל פֿון ביליק פֿלייש. לויט זײַן חשבון, איז אַ סך עפֿעקטיווער צו פֿאַרוואַנדלען תּבֿואה אין אַ פֿליישיקן פּראָדוקט, אויב מע גיט עס צו עסן דווקא צו די דאָזיקע קליינע באַשעפֿענישן, אין פֿאַרגלײַך מיט בהמות צי עופֿות. דערצו, זענען געוויסע מינים היישעריקן סײַ כּשר, סײַ „כאַלאַל‟, לויט דער מוסולמענישער הלכה. בענכאַלד גיט אָבער צו, אַז ער איז נישט זיכער, צי אַזאַ המצאה קאָן אויסנעמען, ווײַל ס׳רובֿ פּאַקיסטאַנער באַטראַכטן זיי נישט ווי אַ נאָרמאַלער מענטשלעכער מאכל.
מיט אַ יאָר פֿריִער, האָט הרבֿ נתן סליפֿקין, דער מחבר פֿון פּאָפּולערע ביכער וועגן ייִדישקייט, בעלי־חיים און עוואָלוציע, אויסגעדריקט דעם זעלבן געדאַנק און דערציילט, אַז ער האָט נישט איינמאָל געגעסן היישעריקן מיט גרויס הנאָה; זײַן ווײַב האָט אים אָבער פֿאַרווערט צו באַנוצן זיך פֿאַרן דאָזיקן צוועק מיט איר געשיר. דער רבֿ דערקלערט, אַז זי האָט פֿײַנט אַלע אינסעקטן, אַרײַנגערעכנט די כּשרע.
אין זײַן אַרטיקל, האָט סליפֿקין באַמערקט, אַז דער דאָזיקער מאכל האָט אַ פֿליישיקן טעם, אָבער בלײַבט פּאַרעווע על־פּי הלכה; דעריבער, קאָן מען אַרײַנלייגן אַ פּאָר היישעריקן אין אַ מילכיקן סענדוויטש און מאַכן אַזוי אַרום אַ כּשרן „טשיזבורגער‟. דער מחבר גיט צו, אַז אַ ריי אַשכּנזישע פּוסקים, אַרײַנגערעכנט חרדישע, זענען מתּיר אינעם דאָזיקן פֿאַל זיך צו פֿאַרלאָזן אויף דער צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדישער מסורה.
מיט אַ חודש צוריק, האָט די כינעזישע אָפֿיציעלע צײַטונג „נאַנפֿאַנג‟ דערציילט, אַז אַ געוויסע פֿאַרמער, מיטן נאָמען כיע באָזשען, פֿאַרנעמט זיך איצט מיט אַזאַ געשעפֿט מיט אַ גרויסער הצלחה. אויף זײַן פֿאַרם לעבן איבער 7 מיליאָן היישעריקן. אין פּרינציפּ, וואָלט מען געקאָנט שיקן אויף זײַן פֿאַרם אַ ליובאַוויטשער כּשרות־מומחה, אויפֿצושטעלן אַן עכטע פֿאַבריק, און צו באַזאָרגן די פֿרומע ניו־יאָרקער מיט דער סחורה.
למעשׂה, איז שווער צו גלייבן, אַז די הײַנטיקע ניו־יאָרקער חסידים וואָלטן מסכּים געווען מיט אַזאַ היתּר און זיך פֿאַרנומען מיט דער חידושדיקער אינסעקט־פֿאַרמערײַ. פֿונדעסטוועגן, געפֿעלט מיר אַזאַ פֿאַנטאַזיע בעסער, ווי די קליינע שטוב־פּאַראַזיטן, וואָס פֿאַרפֿלייצן די געדיכט־באַוווינטע קוואַרטאַלן פֿונעם שמוציקן גרויס־שטאָטישן ניו־יאָרק. היישעריקן, פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען גרויסע אינסעקטן, וואָס דערגרייכן 6 אינטשן די לענג — כּמעט ווי אַ סאַרדינע — און האָבן טאַקע אַ געוויסן חן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.