בעל (פֿון געבורט — בעלאַ) קאַופֿמאַן, דאָס אייניקל פֿון שלום־עליכם און אַליין אַ געראָטענע שרײַבערין, איז פֿרײַטיק געשטאָרבן אין ניו־יאָרק צו 103 יאָר.
פֿרוי קאַופֿמאַן איז די מחברטע פֿונעם בעסטסעלער Up the Down Staircase [אַרויף אויף די טרעפּ, וואָס פֿירן אַראָפּ], וואָס מע האָט אויך געמאַכט אַ פֿילם דערפֿון. זי איז געבוירן געוואָרן אין בערלין אין 1911 און דערצויגן געוואָרן אין אָדעס. אין 1923 האָט די משפּחה זיך אַריבערגעקליבן קיין ניו־יאָרק. זי האָט גראַדויִרט פֿון האָנטער־קאָלעדזש „פֿי בעטאַ קאַפּאַ‟, די העכסטע אויסצייכענונג, און געקראָגן אַ מאַגיסטער אין ענגליש פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט אין 1936. אין די 1940ער יאָרן האָט זי אָנגעהויבן זיך דרוקן אינעם מענער־זשורנאַל Esquire, מיטן פּסעוודאָנים „בעל‟, כּדי מע זאָל נישט וויסן, אַז זי איז אַ פֿרוי.
פֿרוי קאַופֿמאַן האָט יאָרן לאַנג געפּרוּווט דורכמאַכן די עקזאַמענס צו ווערן אַ לערערין, אָבער מע האָט זי געהאַלטן אין איין אָפּזאָגן, צוליב איר רוסישן אַקצענט. סוף־כּל־סוף, האָט מען זי אָנגענומען און זי איז געוואָרן אַן ענגליש־לערערין.
זי איז געבליבן אַקטיוו ביז אירע לעצטע יאָרן, האָט שטאַרק ליב געהאַט צו טאַנצן טאַנגאָ און האָט צו 100 יאָר געלערנט אַ קורס פֿון ייִדישן הומאָר אין האָנטער־קאָלעדזש.
פֿרוי קאַופֿמאַן האָט פֿאַראָבֿלט איר צווייטן מאַן, סידני גלאָק; צוויי קינדער פֿון איר ערשטן מאַן, סידני גאָלדשטיין; אַ ברודער און אַן אייניקל.
װען איך פּרוּװ צו אַגיטירן די סטודענטן זיך אָפּצוגעבן מיט ייִדיש, דערצײל איך זײ, אַז ייִדיש איז גוט פֿאַר אַריכות־ימים. װען מען באַטראַכט דאָס לעבן פֿון באַרימטע ייִדישע ליטעראַטן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט — אַּב. קאַהאַן, איטשע גאָלדבערג, אַבֿרהם סוצקעװער, מרדכי צאַנין, הערץ גראָסבאַרט — באַמערקט מען, אַז זײ האָבן ניט בלויז געלעבט לאַנג, נאָר אױך פֿאַרבליבן שעפֿעריש אױף דער עלטער. אַװדאי, כּדי צו לעבן אַזױ לאַנג, האָבן זײ געמוזט ניצול װערן פֿון אַלע צרות און סכּנות פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט: די רעװאָלוציעס, מלחמות, טעראָר און דעם חורבן.
בעל קאַופֿמאַן (1911־2014) האָט אױך געהערט צו דעם דאָזיקן ליטעראַרישן שבֿט. זי קומט פֿונעם סאַמע אײדלסטן ייִדישן ליטעראַרישן ייִחוס. ניט נאָר איז איר זײדע געװען שלום־עליכם גופֿא, נאָר איר מאַמע, שׂרה (ליאַלע), און איר טאַטע, מיכאל קאַופֿמאַן, זײַנען ביידע געװען באַקאַנטע פֿיגורן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. בעל איז געבױרן געװאָרן אין בערלין אין 1911, װוּ איר טאַטע האָט דעמאָלט שטודירט מעדיצין. מיכאל קאַופֿמאַן שטאַמט פֿונעם שטעטל ליפּקאַן, בעסאַראַביע, װאָס האָט געגעבן דער ייִדישער קולטור אַ גאַנצע רײ חשובֿע ליטעראַרישע פֿיגורן: אליעזר שטײנבאַרג, יהודה שטײנבערג, יעקבֿ שטערנבערג, משה אַלטמאַן, אײַזיק ראַבױ, דער זינגער און אַקטיאָר משה אױשער. מיכאל קאַופֿמאַן האָט אָנגעהױבן זײַן ליטעראַרישע קאַריערע אין 1905 מיט לידער און פֿעליעטאָנען, װאָס ער האָט געדרוקט אין דער אָדעסער צײַטשריפֿט „אונטערװעגנס‟.
בעל האָט פֿאַרבראַכט אירע קינדער־יאָרן אין אָדעס. איר טאַטע האָט זיך אומגעקערט פֿונעם פֿראָנט אין 1917, און אין זײער שטוב האָבן זיך געטראָפֿן די באַרימטע „אָדעסער חכמים‟, צװישן זײ ביאַליק און ראַװניצקי. זי האָט אָנגעהױבן שרײַבן אינעם עלטער פֿון זיבן יאָר, און איר ערשט ליד אױף רוסיש איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם אָדעסער קינדער–זשורלאַן „גלעקעלעך‟. אין 1922 האָט זיך דער משפּחה אײַנגעגעבן צו עמיגרירן קײן אַמעריקע. מען זאָגט, אַז דאָס דערלױבעניש האָט פֿאַר זײ אױסגעפּועלט אַנאַטאָלי לונאַטשאַרסקי, דער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר פֿאָלקסבילדונג, װאָס האָט געהאַט דרך־ארץ פֿאַר שלום־עליכם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.