נאָרבערט ווינער אינעם 21סטן יאָרהונדערט

Norbert Wiener in the 21th Century

נאָרבערט ווינערס קלאַסיש ווערק וועגן די באַציִונגען צווישן לעבעדיקע אָרגאַניזמען און מאַשינען, פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין 1948
Getty Images
נאָרבערט ווינערס קלאַסיש ווערק וועגן די באַציִונגען צווישן לעבעדיקע אָרגאַניזמען און מאַשינען, פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין 1948

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 03, 2014, issue of August 29, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

די רעזולטאַטן פֿון לאַזאַרעווס פֿאָרשונגען זענען פֿרײַ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ. אויפֿן סמך פֿון זײַן פֿאָרשונג, האָט עמעצער נישט לאַנג צוריק געשאַפֿן אַן אינטערנעץ־ווערסיע פֿון דער פּראָגראַם און זי אַרויסגעשטעלט אויף אַ ספּעציעלער וועבזײַט, mk-61.moy.su. דער נאָמען פֿון דער וועבזײַט איז אַ שפּור פֿון דער קורצער ווײַל, ווען מע האָט רעגיסטירט דעם לאַנד־קאָד (SU) פֿונעם זיך־צעפֿאַלנדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד אויף דער אינטערנעץ, אינעם יאָר 1990. מע קאָן זאָגן, אַז דאָס אַלטע סאָוועטישע קאָמפּיוטערל לעבט ווײַטער „אויף יענער וועלט‟ אין אַ ווירטועלער פֿאַרגאַנגענהייט, ווי אַ מין דענקמאָל צו אַלטמאָדישע טעכנאָלאָגיעס.

אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אילוסטרירט אַזאַ פּראָיעקט גאַנץ גוט דעם תּמצית פֿון קיבערנעטיק. אַ מענטש באַמיט זיך שווער יאָרן־לאַנג, נישט האָבנדיק דערפֿון קיין גשמיותדיקע הנאָה, כּדי „מחיה־מתים‟ צו זײַן אַ נוצלאָזיקן פֿאַרצײַטיקן מכשיר. אַ הײַנטיקער האַנט־קאָמפּיוטער פֿאַרמאָגט אַ זכּרון מיליאָנען מאָל גרעסער און קאָן רעכענען אַ מיליאַרד מאָל גיכער. צוליב וואָס האָט עמעצער באַשלאָסן אַרײַנצולייגן אַזויפֿיל מי אין אַזאַ פּראָיעקט?

טעכניש־אָריענטירטע מענטשן באַציִען זיך אָפֿט נאָסטאַלגיש צום עלעקטראָנישן אַלטוואַרג. ס׳איז אויך זייער באַלערנדיק דורכצופֿירן אַזאַ פּראָיעקט אין אַ פּשוטער היים־לאַבאָראַטאָריע. אַזאַ קאַלקולאַטאָר האָט אַמאָל געטראָגן דער עקיפּאַזש פֿון אַ סאָוועטישן קאָסמאָס־שיף, דערפֿאַר האָט ער אויך אַ היסטאָרישע ווערט.

אין דעם פֿאַל, האָט עמעצן זיך אײַנגעגעבן אַרײַנצוברענגען אינעם נײַעם יאָרהונדערט נישט אַ פּערזענלעכקייט, נאָר אַ האַלב־פֿאַרגעסענעם עלעקטראָנישן מכשיר, וואָס סימבאָליזירט אַ געוויסע מענטשלעכע סבֿיבֿה, וואָס רופֿט בײַ געוויסע מענטשן אַרויס וואַרעמע געפֿילן. אַ מענטש באַלעבט אויף דער אינטערנעץ אַן אַלטע מאַשין, כּדי זי זאָל ווײַטער ווירקן אויף נאָסטאַלגישע און נײַגעריקע מענטשן, ווערנדיק דערבײַ אַליין אַ טייל פֿון אַ קיבערנעטישן באַציִונג־ציקל.

ווען ווינער וואָלט דערלעבט ביז דער הײַנטיקער תּקופֿה, וואָלט ער זיכער אויפֿגענומען אַזעלכע פֿענאָמענען מיט אַ גרויסן אינטערעס. ס׳איז טאַקע וויכטיק צו באַטראַכטן זײַן ירושה אינעם נײַעם יאָרהונדערט, ווען די סימביאָטישע באַציִונגען צווישן מענטשן און מאַשינען האָבן דערגרייכט אַזאַ פּאַראַדאָקסאַלן פֿאַרנעם, אַז ס׳איז שווער אַמאָל צו זאָגן, ווער איז דער עיקרדיקער משפּיע, דער מענטש צי די מאַשין?