(די 2 טע זײַט פֿון 3)
די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז האָט לעצטנס פֿאַרענפֿטלעכט אַ נײַעם בראָשור פֿון אירע קלאַסן, רעפֿעראַטן און עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. די קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך הייבן זיך אָן דעם 22סטן סעפּטעמבער.
זיי וועלן צעטיילט ווערן אויף פֿינף ניוואָען. מיט די אָנהייבערס וועלן לערנען גיטעלע מילכבערג און בלומקע קון, מיט די אַוואַנסירטע אָנהייבערס - שרון בר־כּוכבֿא און אַהרן וואַלדמאַן, מיטן דריטן ניוואָ - שרון בר־כּוכבֿא און נאַדיאַ דעהאַן ראָטשילד, ווי אויך דאָראָטע וויענע, וואָס וועט באַקענען די סטודענטן מיט פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן. מיטן פֿערטן ניוואָ וועלן אָנפֿירן אַהרן וואַלדמאַן און נאַטאַליע קריניצקאַ. וואַלדמאַנס קלאַס וועט זיך פֿאַרנעמען מיטן די ווערק פֿון איציק מאַנגער.
פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן און די וואָס קענען שוין גוט לייענען און שרײַבן ייִדיש, שטעלט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ צו אַ רײַכע פּראָגראַם פֿון קלאַסן אויף ייִדיש. צווישן זיי - אַ קלאַס פֿון ייִדישער ליטעראַטור, אָנגעפֿירט פֿון מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר; אַ קורס, געלערנט פֿון נאַטאַליע קריניצקאַ, וועגן דער ייִדישער קולטור אין אַרגענטינע און אַ קורס פֿון רובי מאָנעט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקע. יצחק ניבאָרקסי וועט אָנפֿירן מיט אַ קורס וועגן די לשון־קודשדיקע עלעמענטן פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך, ווי אויך אַ קורס וועגן דעם תּנ׳׳ך. גיטעלע מילכבערג וועט לערנען אַ קורס וועגן ייִדישע שפּריכווערטער און אידיאָמען.
וואָס שייך בקיאות אויף מער ספּעציאַליזירטע ענינים וועט בתיה בוים אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט, ווי אַזוי איבערצוזעצן ייִדישע טעקסטן אויף פֿראַנצייזיש; און אַקווילע גראָגאָראַוויטשיוטע וועט לערנען ווי אַזוי צו לייענען פֿאַרשידענע מינים ייִדישע כּתבֿ־ידן.
נאָך די קלאַסן, וואָס טרעפֿן זיך יעדע וואָך, שטעלט די „מעדעם־ביבליאָטעק‟ צו אַ ריי איינמאָליקע רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אויף ייִדיש און פֿראַנצייזיש.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: באַזוכט www.yiddishweb.com אָדער קלינגט אָן 00־14־00־47־01.
ד׳׳ר דוד שניר פֿונעם קאָלאָראַדער אוניווערסיטעט אין באָולדער וועט האַלטן אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. דער „סוף־וואָכעדיקער קורס‟ מיטן נאָמען „דער ראָמאַנס און די טראַגעדיע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור‟ וועט פֿאָרקומען פֿונעם 7טן ביזן 9טן נאָוועמבער. די פּראָגראַם וועט אַרײַננעמען פֿיר רעפֿעראַטן פֿון דוד שניר, אַן אויסשטעלונג געווידמעט די קונסט־ווערק פֿונעם מאָלער פֿעליקס לעמבערסקי, פֿיר כּשרע מאָלצײַטן און אַ רעדע פֿון אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. מע וועט אויך ווײַזן דעם פֿילם „גליקן־זוכערס‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אין דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ 143# 413-256-4900.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.