ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 08, 2014, issue of August 29, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)


אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל, געווידמעט דעם ייִדישן טעאַטער

שוין איבער אַ יאָר פּלאַנירט די „פֿאָלקסבינע‟ צוזאַמענצוברענגען אַלע ייִדישע טעאַטערס אין דער וועלט קיין ניו־יאָרק, כּדי צו מאַכן אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿעסטיוואַל, געווידמעט דער ייִדישער קולטור אויף אַ ריזיקן פֿאַרנעם. די פּרטים וועגן דעם פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 14סטן ביזן 21סטן יוני 2015, זענען נאָך ניט אין גאַנצן קיין פֿעסט געשטעלט אָבער ס׳איז שוין קלאָר, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט זײַן דער גרעסטער פֿון אַזאַ סאָרט זינט די 1930ער יאָרן, און דער גרעסטער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. דער פֿעסטיוואַל אָרדנט אײַן די „פֿאָלקסבינע‟ לכּבֿוד זײַן 100סטן יוביליי און לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿון חנה מלאָטעק ז׳׳ל.

לויט אַ פּרעזענטאַציע אויפֿן טעאַטערס וועבזײַטל, וועט דער פֿעסטיוואַל אַרײַננעמען מער ווי הונדערט אונטערנעמונגען און מע ריכט זיך אויף דעם, אַז מער ווי 100,000 מענטשן וועלן קומען אויף זיי. לויט דער פּרעזענטאַציע וועלן זינגער, אַקטיאָרן, אַרטיסטן און פֿאַרשידענע אַנדערע מינים קינסטלער קומען פֿון איבער 21 לעדנער, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע אומדערוואַרטע, ווי שפּאַניע, איטאַליע און יאַפּאַן, פֿון וואַנען עס וועט קומען די „וואַטורו קלעזמער־קאַפּעליע‟.

חוץ טעאַטער און מוזיק, וועט מען אויך ווײַזן פֿילמען, אַרײַגערעכנט דעם שטום־פֿילם „הונגעריקע הערצער‟, באַגלייט פֿון נײַ־באַשאַפֿענער מוזיק, געשפּילט דורכן פּראָגער „בערג אָרקעסטער‟. מע וועט אויך מאַכן אַן אַקאַדעמישן סימפּאָזיום, אויף דער טעמע ווי אַזוי דער ייִדישער טעאַטער האָט געווירקט אויף דער ברייטערער אַמעריקאַנער טעאַטער־וועלט און „האָליוווּד‟, ווי אויך אויף דער וועלט־קולטור.


קאָנפֿערענץ אין ווילנע, געווידמעט דעם „ייִוואָ‟

לכּבֿוד דעם 90סטן יוביליי פֿונעם „ייִוואָ־אינסטיטוט‟ און 75 יאָר זינט דעם, וואָס דער „ייִוואָ‟ איז אַריבערגעפֿירט געוואָרן קיין ניו־יאָרק, וועט מען אין אַפּריל 2015 מאַכן אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אונטערן נאָמען „ייִוואָ אין ווילנע: אינסטיטוציע, פּערזענלעכקייטן און ירושה‟. די קאָנפֿערענץ טראָגט מיט זיך דעם ציל אַרומצורעדן די פֿאָלגנדיקע פֿראַגעס:

  1. די טעטיקייט פֿונעם „ייִוואָ‟ און זײַנע הויפּט־דערגרייכונגען.

  2. די באַציִונג צווישן דעם „ייִוואָ‟ און אַנדערע ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט־מלחמות, בפֿרט וואָס שייך זײַן באַציִונג צו די ייִדישע וועלטלעכע שולן.

  3. די מעטאָדיק פֿון „ייִוואָס‟ וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג, איר ווירקונג אויף ייִדישע שטודיעס אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און איר הײַנטיקע רעלעוואַנץ.

  4. די ראָלע, וואָס דער „ייִוואָ‟ האָט געשפּילט אינעם שאַפֿן די ייִדישע אידענטיטעט אין ווילנע ווי אַ ייִדישער צענטער און די וויכטיקייט פֿון ווילנע אין שײַכות מיט דעם, ווי אַזוי דער „ייִוואָ‟ האָט באַטראַכט זיך אַליין.

  5. די באַציִונגען צווישן דעם „ייִוואָ‟ און אַנדערע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס אין ווילנע און אַנדערע ייִדישע פֿאָרש־אַנשטאַלטן.

  6. דער „ייִוואָ‟ ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע מיט אַ נעץ פֿון פֿיליאַלן און מנדבֿים, וואָס האָבן פֿונקציאָנירט איבער דער גאַנצער וועלט, ווי אויך די קאָנטאַקטן צווישן דעם ווילנער „ייִוואָ‟ און די צווײַגן אין אַנדערע לענדער.

  7. דער איבערגאַנג פֿון ווילנע קיין ניו־יאָרק, און ווי אַזוי „ייִוואָס‟ ווילנער ירושה האָט משפּיע געווען אויף זײַן אַרבעט.

  8. דער „ייִוואָ‟ בעת דער סאָוועטישער אָקופּאַציע (1940־1941) און בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

  9. דער גורל פֿון די מיטאַרבעטער פֿון „ייִוואָ‟ און אירע אַרכיוון.

כּדי אַרײַנצושיקן אַ פֿאָרשלאָג, שיקט אַ טיטל און אַ באַשרײַבונג פֿון אײַער פּרעזענטאַציע, צוזאַמען מיט אַ קורצן CV צו info@jewishstudies.lt פֿאַרן ערשטן אָקטאָבער.