איך געדענק ניט, צי כ’האָב שױן אַ מאָל געהאַט אַזעלכע שװערע „דרײַ װאָכן‟ און „די נײַן טעג‟ װי דאָס יאָר; און די סיבה דערױף איז ניט נאָר די שרעקלעכע מלחמה מיט אַ נאָענטן צו מיר נאָמען — „פֿעלדזנפֿעסט‟, אין װעלכער איז אַרײַנגעצױגן געװאָרן מײַן פֿאָלק און מײַן לאַנד.
די באַרבאַרישע רוצחישע פּאָגראָמען אױף די ייִדישע קהילות, אינסטיטוציעס און געשעפֿטן, װעלכע קומען פֿאָר אױף אַלע קאָנטינענטן, האָבן נאָך אַ מאָל באַװיזן, אַז אין די אױגן פֿון דעם עם־הארצישן המון, װי אױך בײַ די פּסעװדאָ־אינטעלעקטואַלן, איז ניטאָ קײן אונטערשײד פֿון אַ ישׂראלדיקן ייִד און אַ פֿראַנצײזישן, האָלענדישן, אַמעריקאַנער, בעלגישן, אױסטראַלישן, דרום־אַפֿריקאַנער ייִד, אאַ”װ. די פֿאַרשימלטע פֿאַראַלגעמײנערונג — „די ייִדן זײַנען שולדיק אין אַלע צרות אױף דער װעלט‟ — איז װידער געװאָרן אַ בולטער לאָזונג אין די קולטור־מלחמות אױף אַלע קאָנטינענטן, אַחוץ אַרקטיק און אַנטאַרטיק.
נאָך אין יאָר 2002 האָט ראָבערט װיסטריך, דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער, אַ בולטער און אַ באַװוּסטער מומחה אין די אַנטיסעמיטיזם־ענינים, צוגעגרײט אַ באַריכט פֿאַרן „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, אין װעלכן ער האָט געװאָרנט די מענטשהײט, אַז „כאָטש דער אַראַבישער און מוסולמענישער אַנטיסעמיטיזם איז אױפֿגעקומען רעלאַטיװ ניט לאַנג צוריק, אָבער זײַנע פֿאָרמען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ רעאַלע געפֿאַר דער גאַנצער ציװיליזירטער װעלט‟. די לעצטע מלחמה קעגן דער טעראָריסטישער „כאַמאַס‟־מאַכט אין עזה האָט נאָר צוגעגעבן פֿרישע באַװײַזן, אױף װיפֿל געפֿערלעך איז דער ראַדיקאַלער מוסולמענישער אַנטיסעמיטיזם, סײַ פֿאַר די ייִדן און סײַ פֿאַר די ניט־ייִדן.
דעם אמת געזאָגט, דעם שװערן שטײן אױפֿן האַרצן האָב איך דערפֿילט נאָך מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, װען יעקבֿ קדמי (ייִנגלװײַז יאַשע קאַזאַקאָװ), דער געװעזענער לײטער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאַרבינדונגס־ביוראָ „נתּיבֿ‟, האָט צום סוף פֿון אַ פּאָליטישער טעלעװיזיע־אױדיציע אַ זאָג געטאָן: „אײגנטלעך, די דריטע װעלט־מלחמה האָט זיך שױן אָנגעהױבן‟. דער דאָזיקער אױספֿיר פֿון אַ זײער בכּבֿודיקן אַנאַליטיקער און פּראַקטיקער האָט מיך ממש פֿאַראומערט, אָבער דער נײַגער האָט מיך געבראַכט צו די מײנונגען פֿון אַנדערע היסטאָריקער און אַנאַליטיקער, און… די פֿאַקטן האָבן מיך נאָך מער מצער געװען, װײַל עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַז נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה איז אױף דער װעלט נאָך ניט געװען קײן אײן שלום־טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.