אייניקע סך־הכּלען צום סוף־זומער

A Few Conclusions For the End of the Summer

בשותּפֿותדיקער פּאַראַד פֿון די אַפֿגאַנער מיליטערישע כּוחות און דעם „באַגרענעצטן קאָנטינגעטן פֿון דער סאָוועטישע מיליטער‟, קאַבול, אָקטאָבער 1986
Getty Images
בשותּפֿותדיקער פּאַראַד פֿון די אַפֿגאַנער מיליטערישע כּוחות און דעם „באַגרענעצטן קאָנטינגעטן פֿון דער סאָוועטישע מיליטער‟, קאַבול, אָקטאָבער 1986

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 15, 2014, issue of September 12, 2014.

מיט עטלעכע טעג צוריק האָב איך געקויפֿט אַ בילעט צו פֿאָרן צוריק קיין ניו-יאָרק. פֿאַר מיר איז עס תּמיד אַ סימן, אַז דער זומער גייט באַרג-אָראָפּ און אין עטלעכע וואָכן אַרום וועט זיך אָנהייבן דאָס לערן-יאָר. דער מאָמענט פֿון קויפֿן דעם בילעט איז אויך אַ סיגנאַל, אַז מע דאַרף אונטערציִען דעם סך-הכּל פֿון דער אַרבעט, דורכגעפֿירט אין די זומער-חדשים. און יעדן זומער חזרט זיך איבער די זעלבע זאַך, דהײַנו: בלויז אַ טייל פֿון מײַנע „ריזיקע‟ פּלענער האָבן זיך מאַטעריאַליזירט אין דער דאָזיקער צײַט.

אמת, איך האָב באַוויזן עפּעס אָנצושרײַבן, און ניט בלויז פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟. דערצו זײַנען געווען עטלעכע קאָנפֿערענצן. איינע פֿון זיי האָט זיך נאָר וואָס פֿאַרענדיקט, דאָ אין אָקספֿאָרד, וווּ איך פֿאַרברענג דעם זומער. אין משך פֿון צוויי טעג האָבן מיר, אַ גרופּע פֿאָרשער פֿון זעקס לענדער (ענגלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דײַטשלאַנד, ישׂראל, רוסלאַנד און פּוילן) אַרומגערעדט פֿאַרשיידענע פֿראַגן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דרײַ ייִדיש-צענטערס: וואַרשע, פּעטערבורג און מאָסקווע (ווי אין שלום אַשס טרילאָגיע „דרײַ שטעט‟). מע זעט שוין איצט, אַז פֿון די רעפֿעראַטן וועט זיך אין די קומענדיקע חדשים צונויפֿקלײַבן זייער אַ געראָטענער באַנד.

און דאָך דאַכט זיך מיר, אַז הײַיאָר איז דער אונטערשייד צווישן די זומער-פּלענער מײַנע און דער „רעאַליזירטער סחורה‟ גרעסער איידער אין די פֿריִערדיקע יאָרן. שולדיק איז אין דעם, פֿאַרשטייט זיך, נאָר איין מענטש — איך אַליין. אָבער איך באַשולדיק אויך דעם אַלגעמיינעם מצבֿ אויף דער וועלט. הגם די בלוטיקע געשעענישן פֿון דעם זומער קומען פֿאָר ווײַט פֿון מײַן אָקספֿאָרדער שטוב, רײַסן זיי זיך אַרײַן דורך דער טעלעוויזיע, פּרעסע, אינטערנעץ און שמועסן. איך דאַרף זיך מודה זײַן, אַז זייער אַ סך צײַט גייט בײַ מיר אַוועק — ווערט אין תּוך אַרײַן געפּטרט — אויף לייענען די גאָר ניט קיין פֿריילעכע נײַעס און זיי באַטראַכטן.

*

דער שורש פֿון אַ סך הײַנטיקע פּראָבלעמען איז, בלי-ספֿק, פֿאַרפֿלאַנצט געוואָרן כּמעט מיט 35 יאָר צוריק, אין דעצעמבער 1979, ווען לעאָניד ברעזשניעוו און זײַנע מקורבֿים אין פּאָליטביוראָ האָבן געשיקט אין אַפֿגאַניסטאַן אַ „באַגרענעצטן קאָנטינגעטן פֿון דער סאָוועטישע מיליטער‟ — אַזוי האָט מען עס גערופֿן אין דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע. די רייד איז געגאַנגען תּחילת וועגן אַריבער 80 טויזנט מיליטערלײַט, שפּעטער — ביז 120 טויזנט. די צרות, וואָס די וועלט האָט איצט מיט דער „אַל-קײַדאַ‟ און ענלעכע ווילדקייטן איז אויסגעוואַקסן ווי אַ פּועל-יוצא פֿון יענער אינוואַזיע. אַמעריקע האָט געגעבן די אַנטי-סאָוועטישע מורדים אין אַפֿגאַניסטאַן געווער און די נייטיקע אויסשולונג, און דערמיט, מיט די אייגענע הענט, זיך באַטייליקט אין פֿאַרלייגן אַ יסוד פֿאַר דער נעץ פֿון מיליטאַנטישע איסלאַמיסטישע גרופּעס.