(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דערנאָך זײַנען געווען אויך אַ סך אַנדערע אַזעלכע זאַכן, פֿאַרלייגט מיט די אייגענע הענט. בפֿרט דער משוגעת, דער ממש נאַיִווער גלויבן, אַז מע דאַרף קודם-כּל, געבן דעם עולם די מעגלעכקייט צו באַטייליקן זיך אין די וואַלן; און דאָס אַליין איז שוין אַ סגולה פֿאַר אַלע פּראָבלעמען. איך געדענק נאָך, ווי דער פּרעזידענט בוש (דער ייִנגערער) האָט זיך געפֿרייט, ווען ווייניקער ווי אין צוויי יאָר אַרום נאָך אַראָפּוואַרפֿן דעם רעזשים פֿון סאַדאַם כוסיין, האָט מען אין איראַק דורכגעפֿירט וואַלן. אין דײַטשלאַנד, נאָכן אַראָפּוואַרפֿן היטלערן, האָט מען די וואַלן דורכגעפֿירט אין פֿיר יאָר אַרום, און אין איראַק — איינס און צוויי! מיר ווייסן שוין, וואָס פֿאַר אַ דעמאָקראַטיע, מישטיינס געזאָגט, האָט זיך צעבליט נאָך די וואַלן אין איראַק און שפּעטער אין אַפֿגאַניסטאַן.
דער משוגעת מיט וואַלן גייט ניט אַוועק. גלײַך ווי מע פֿאַרשטייט ניט, אַז די וואַלן אַליין פֿירן נאָך לחלוטין ניט צו קיין דעמאָקראַטיע. ווײַל דעמאָקראַטיע אַנטוויקלט זיך נאָר ווען עס זײַנען דאָ אינסטיטוטן פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט. אָן זיי קען מען שפּילן זיך אין וואַלן, אָבער קיין דעמאָקראַטישע סיסטעם וואַקסט ניט אַרויס פֿון אַזעלכע שפּילן. מע זעט עס בולט אין אַ סך ערטער, בפֿרט אין איראַק, די אינוואַזיע וווּהין איז געווען ניט קיין סך קליגער און געראָטענער ווי די סאָוועטישע אינוואַזיע אין אַפֿגאַניסטאַן. עס באַקומט זיך, פֿאַקטיש, אַז די צוויי מלוכות, די סאָוועטישע און די אַמעריקאַנישע, האָבן, אין אַ גרויסער מאָס, צעשאָקלט די וועלט.
ניט געקוקט אויף אַלץ, איז די אַמעריקאַנער פּאָליטיק מיר פֿון דעסטוועגן אַ סך מער צום האַרצן, ווײַל זי איז, בדרך-כּלל, אַן אָפֿענע. די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטיע איז אַזוי געמאַכט געוואָרן, אַז ס‘איז שווער עפּעס לאַנג אויסצובאַהאַלטן. אין דער זעלבער צײַט, איז ליגנערײַ, צבֿיעות געוואָרן אַן אָרגאַנישער טייל פֿונעם רוסישן לעבן. שוין אַ פּאָר חדשים שליס איך ניט אײַן די רוסישע טעלעוויזיע. אָבער אין אינטערנעץ לייען איך, אפֿשר צו פֿיל, דעם תּרגום-לשון פֿון פּוטינס פּראָפּאַגאַנדע. כ‘לייען און טראַכט, ווי אַזוי מענטשן, בפֿרט געבילדעטע, קענען גלייבן אין אַזעלכע זאַכן?
*
אָן דעם לייענען און דעם טראַכטן וואָלט איך זיכער אָנגעשריבן נאָך טויזנטער ווערטער פֿאַר מײַן נײַ בוך, וואָס רוקט זיך גאָר ניט אַזוי גיך, ווי איך וואָלט געוואָלט. איך ווייס, אַז איך בין ניט דער איינציקער, וועמען עס לאָזן ניט לעבן רויִק די כּלומרשט „ווײַטע‟ געשעענישן. צוריק גערעדט, ווי קען מען זיך באַהאַלטן פֿון דער צעשאָקלטער וועלט, אַפֿילו אין אַזאַ רויִק אָרט ווי אָקספֿאָרד?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.