(די 2 טע זײַט פֿון 2)
איז אַ טשיקאַווע זאַך: אָט ווייסן מיר, אַז פֿרומע ייִדן בכלל און די חסידים בפֿרט גייען מיטן גאַנג, אַז אָסור חדש מן התּורה, אַז אַלץ מוז בלײַבן בײַם אַלטן, מע טאָר אין ייִדישקייט נישט אײַנפֿירן קיין נײַס. אַלע תּריג מיצוות, הייסט עס, מוז מען היטן ווי ס’האָבן זיי געהיטן אַלע פֿריִערדיקע דורות. די באַוועגונגען, וואָס האָבן געפּרוּווט מקיל זײַן, פֿאַרגרינגערן די מיצוות, נישט נאָר זיי טויגן נישט, נאָר זיי פֿירן בפֿירוש אַוועק פֿון ייִדישקייט, לויטן חסידישן געדאַנקען־גאַנג. נישט־געקוקט אויף די טענות פֿון די מקילים, האַלטן זיך די חסידים בײַ זייערס, פֿאַרשטייט זיך, און נישט נאָר וועגן בפֿירושע מיצוות, נאָר אויך אין שײַכות מיט מינהגים.
טאָ פֿאַר וואָס זשע, פֿרעג איך אײַך, איז זייער צוגאַנג צו לשון ס’פֿאַרקערטע? קיינער וועט דאָך נישט טענהן „מלבוש יאַק מלבוש, אַבי דאָברע מיינעלע“. וועגן לשון וואָלטן זיי געדאַרפֿט זײַן פּונקט אַזוי שטרענג, בהסכּם מיט בירנבוימען. טשיקאַווע איז, וואָס זיי האַלטן אַנדערש. פֿאַרגעסן זיי, אָדער ווייסן בכלל נישט, אַז זייער פֿאַרדײַטשמערישטער אויסלייג און לעקסיק איז אַן אויפֿטו, מישטיינס געזאָגט, פֿון דער השׂכּלה. ווי קומט צו מסורהדיקע פֿרומע ייִדן אַזאַ משׂכּילישער צוגאַנג?!
און איצטער — אַ וואָרט וועגן דעם יחיד־במינו ליובאַוויטש. מיט וואָס ליובאַוויטש־חבד איז אַנדערש ווייסט איר אַוודאי, אָבער אין פּרט פֿון לשון דאַרף מען אַרויסהייבן, אַז ליובאַוויטשער רעדן ווינציקער ייִדיש ווי ס’רובֿ אַנדערע חסידים. פֿאַר וואָס? ווײַל, ווי כ’האָב געהערט פֿון זיי אַליין, מיט די בעלי־תּשובֿה וואָס זיי ציִען צו, וואָלט אָנגעקומען צו שווער צו פֿאַרלאַנגען, אַחוץ היטן מיצוות און פֿירן זיך מעשׂה פֿרומער ייִד, זיי זאָלן אויך רעדן מעשׂה פֿרומער ייִד, בפֿרט, אַז פֿרומע ייִדן לעבן זיך אויס אויף כּלערליי לשונות, נישט בלויז אויף מאַמע־לשון. נו, דאָס זעלביקע האָב איך געהערט פֿון דער מאָדערנער אָרטאָדאָקסיע, אַז מיטן גאַנצן עול פֿון ייִדישקייט, צי מע איז אַ בעל־תּשובֿה, צי אַ גאַנץ לעבן פֿרום, איז דאָס אויסלערנען זיך ייִדיש פּשוט איבער דער טבֿע.
אײַ, דער ליובאַוויטשער רבי האָט אָנגעזאָגט זײַנע חסידים, אַז דאָס רעדן ייִדיש איז אויך אַ מיצווה! ווי ס’האָט געשריבן אינעם „פֿאָרווערטס“ יואל מאַטוועיעוו (אויגוסט 1 הײַיאָר): „אין איין בריוו דערקלערט ער[= דער ליובאַוויטשער רבי], אַגבֿ, אַז אַ ייִדיש־רעדנדיקע ישיבֿה מוז מוסר־נפֿש זײַן, כּדי אָפּצוהיטן די שפּראַך, און בשום־אופֿן טאָר נישט אַריבערגיין אויף העברעיִש“. פֿאַר וואָס פֿאָלגט מען נישט דעם רבין? פֿרעגט מיך עפּעס גרינגערס… בפֿרט נאָך, אַז ס’איז דאָ אַ בפֿירושער מדרש, אַז דער רבונו־של־עולם האָט אונדז אויסגעלייזט פֿון מצרים, ווײַל ייִדן האָבן נישט געביטן זייערע נעמען, זייערע מלבושים און זייער לשון. אין אונדזערע צײַטן, אָבער, שפּילט שוין בײַ אונדז לשון נישט קיין ראָלע — היתּכן?
דעריבער מיין איך, אַז מיר ייִדישיסטן, קענען זיך געבן אַ קניפּ אין בעקל: אָט היטן מיר אַ מיצווה וואָס פֿרימערע פֿון אונדז קענען נישט אַריבערטראָגן. און אין אַ געוויסן זינען איז עס אמת: ווערן אַ בעל־תּשובֿה, נעמען אויף זיך מיצוות, איז טאַקע נישט גרינג, אָבער אויסלערנען זיך, אַפֿילו דערוואַקסענערהייט, קען מען. אויסלערנען זיך אַ נײַ לשון, בפֿרט איינס, וואָס האָט נישט קיין אייגן לאַנד, וווּ די מעגלעכקייטן זיך אויף אים אויסצולעבן זענען אויף אַ גוטן אופֿן באַגרענעצטע, איז זייער־זייער שווער. פֿונדעסטוועגן, דאַרף מען זיך בײַ אַנדערע מיצוות אָנטאָן אַ כּוח, טאָ פֿאַר וואָס זשע נישט בײַ דער אויך?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.