צי מעג מען תּישעה־באָבֿ באַזוכן אַן אָרט, וווּ מע שפּילט מוזיק און פֿאַרשפּרייט אַ בשׂמים־גערוך? מילא, האָב איך באַשלאָסן מקיל צו זײַן, ווען אינעם פֿראַנצויזישן שטעטל דין־לע־בען איז דעם 4טן אויגוסט אין אָוונט פֿאָרגעקומען דער פּאַראַד, מיט וועלכן עס האָט זיך געשלאָסן דער יערלעכער לאַוואַנדע־קאַרנאַוואַל.
לאַוואַנדע (lavender אויף ענגליש) איז אַ סימבאָל פֿון פּראָוואַנס. די דופֿטיקע בלויע און פֿיאָלעט־בלומען, וואָס טרעפֿן זיך אין די פּראָוואַנסאַלער אַלפּן און אויף די געסלעך פֿון די באַרגיקע שטעטלעך אויף יעדן שריט און טריט, שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין דער אָרטיקער לאַנדווירטשאַפֿט. די ריזיקע לאַוואַנדע־פֿעלדער דינען ווי אַ קוואַל פֿון קאָסמעטישע און שפּײַז־פּראָדוקטן. דער בוימל פֿונעם דאָזיקן פֿלאַנץ ווערט אויך במשך פֿון הונדערטער יאָר באַנוצט ווי אַ פֿאָלק־רפֿואה.
דער יערלעכער לאַוואַנדע־פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט אין דין־לע־בען יעדן אויגוסט. היסטאָריש, האָט זיך די דאָזיקע אונטערנעמונג אָנגעהויבן ווי אַ שטאָטישער יריד, וווּ דער עולם האָט פֿאַרקויפֿט אַלערליי סחורה, פֿון די אָרטיקע קעזן און ווײַנען ביז קונסט־שאַפֿונגען; די אַלפּישע לאַנדשאַפֿטן האָבן באַגײַסטערט אַ סך קינסטלער, אַרײַנגערעכנט ווינסענט וואַן־גאָך און פּאָל סעזאַן, אַליין אַ תּושבֿ פֿון דער געגנט.
אינעם פּאַראַד האָבן זיך באַטייליקט פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע און טאַנץ־גרופּעס, על־פּי־רובֿ אַמאַטאָרישע, באַגלייט מיט אויסגעפּוצטע אויטאָס, פֿון וועלכע מע האָט באַוואָרפֿן דעם עולם מיט לאַוואַנדע־זעקלעך. בײַם סוף איז אויפֿגעטראָטן אַ רוסישער אָרקעסטער פֿון ניזשני נאָווגאָראָד, וועלכער האָט געשפּילט אַ מאָדנע מעלאָדיע, וואָס האָט געקלונגען, דאַכט זיך, ווי אַ פֿאַרקריפּלטע ווערסיע פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַל‟. דערנאָך זענען זיי אויפֿגעטראָטן מיטן באַקאַנטן לידל „קאַלינקע‟. גאַנץ אומדערוואַרט, האָבן די רוסישע מוזיקאַנטן געשלאָסן דעם קאַרנאַוואַל מיטן ניגון „סעקס־באָמבע‟ פֿונעם וויילסער פּאָפּ־קאָמפּאָזיטאָר טאָם דזשאָנס.
ווען איך האָב דערציילט עטלעכע אַמעריקאַנער חבֿרים וועגן דעם לאַוואַנדע־פֿעסטיוואַל, האָבן זיי זיך אָפּגערופֿן מיט דער זעלבער קשיא: צי האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן דאָרטן אויפֿן שרעקלעכן אַנטיסעמיטיזם, וואָס בושעוועט אין פֿראַנקרײַך? הגם אַנטיסעמיטיזם איז טאַקע אַן ערנסטע פּראָבלעם אין פֿראַנקרײַך, וווּ ער ווערט קאָמבינירט מיט דער אַלגעמיינער אַנטי־רעליגיעזער קסענאָפֿאָביע, פֿון וועלכער עס לײַדן אויך כּסדר די מוסולמענער, טאָר מען עס נישט איבערטרײַבן. די פֿרידלעכע פֿאַרשנאָשקעטע ווײַן־טרינקער, וועלכע האָבן מקבל־פּנים געווען די קוים־באַקליידטע רוסישע טענצערינס און אומפּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקאַנטן מיט הויכע אַפּלאָדיסמענטן, און די לײַטישע ניכטערע מוסולמענישע משפּחות מיט קינדער, זענען נישט קיין סבֿיבֿה מורא צו האָבן פֿאַרן אַנטיסעמיטיזם.
אַדרבה, ווען איך האָט שפּאַצירט מיט מײַן פֿרוי שבת, בעת אַן אַנדער טייל פֿונעם פֿעסטיוואַל, איז צו אונדז צוגעקומען אַ מאַן, וועלכע האָט אונדז באַגריסט אויף העברעיִש און דערקלערט, אַז ער קלײַבט זיך אין גיכן זיך מגייר צו זײַן און ווערן אַ ייִד. דער צוקונפֿטיקער גר האָט אונדז געוויזן זײַן יאַרמלקע און אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס ווײַזט, ווי ער דאַוונט מיט אַ טלית אין אַ שיל. ער האָט צוגעגעבן, אַז ער היט שוין כּשרות, אָבער שבת — דווקא נישט, הגם ער וויל מקיים זײַן די דאָזיקע מיצווה, וואָרעם דערווײַל בלײַבט ער נאָך אַ גוי. נאַט אײַך! אַפֿילו וווינענדיק אין ניו־יאָרק, האָב איך נישט געהערט אַזאַ מעשׂה פֿון אַ צופֿעליקן פֿאַרבײַגייער.
די אומגעריכטע באַגעגעניש האָט מיך געבראַכט צום געדאַנק אַרײַנצוקוקן אין דער ייִדישער געשיכטע פֿון לאַוואַנדע. ס׳איז מערקווירדיק, אַז דאָס דופֿטיקע געוויקס איז יאָ פֿאַרבונדן מיטן צעשטערטן בית־המיקדש — די סיבה פֿון אונדזער פֿאַסטן תּישעה־באָבֿ.
אין דין־לע־בען האָבן מענטשן געוווינט נאָך אין דער שטיינערנער תּקופֿה. דער ענגלישער און פֿראַנצויזישער נאָמען פֿונעם פֿלאַנץ שטאַמט פֿון די אוראַלטע רוימער, וועלכע האָבן דאָרטן געגרינדעט אַ צענטער פֿון לאַוואַנדע־האַנדל. בײַ די אוראַלטע גריכן האָט לאַוואַנדע געהייסן „נאַרדאָס‟.
אַ טייל פֿאָרשער זענען זיך משער, אַז דער דאָזיקער גריכישער טערמין האָט אַ שײַכות צו דער שטאָט נהרדעא — איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע צענטערס אין דער תּקופֿה פֿונעם בית־שני און די חז״ל, נישט ווײַט פֿון באַגדאַד. די דאָזיקע השערה איז אָבער צווייפֿלהאַפֿטיק, ווײַל אין אַ צאָל אַנדערע גאָר אַלטע לשונות, אַרײַנגערעכנט אַקאַדיש און סאַנסקריט, טרעפֿן זיך ענלעכע נעמען פֿונעם בשׂמים־געוויקס.
אינעם סידור, ווערט לאַוואַנדע דערמאָנט יעדן טאָג פֿאַר שחרית און מנחה צווישן די סממני־הקטורת — די אינגרידענטן פֿונעם ווײַרעך, וואָס מע פֿלעגט רייכערן אינעם בית־המיקדש; אויף לשון־קודש ווערט זי אָנגערופֿן „שיבולת־נרד‟, ענלעך צו גריכיש. אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿונעם תּנ״כישן „שיר־השירים‟, שטייט געשריבן: „עד שהמלך במסבו, נדרי נתן ריחו‟ — „בעת דער מלך איז געווען אויף זײַן הסב־בעט, האָט מײַן נאַרד געגעבן זײַן ריח‟. יהואש דערקלערט נישט אין זײַן ייִדישער איבערזעצונגען, וואָס מיינט „נאַרד‟, אָבער אין אַ סך שפּראַכן איז עס אַ סינאָנים פֿון לאַוואַנדע.
לויט די באַקאַנטע מפֿרשים, איז דער דאָזיקער פּסוק מרמז אויף דעם רבונו־של־עולם, וועלכער האָט געגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק די תּורה אויפֿן באַרג סיני. צוליב דעם חטא־העגל איז אָבער דער דופֿטיקער ריח פֿון דער שכינה־אַנטפּלעקונג קאַליע געוואָרן.
אין פֿאַרשיידענע קבלה־פּירושים, אויפֿן סמך פֿון די ראָשי־תּיבות און פֿאָנעטישע ענלעכקייטן, ווערט דאָס וואָרט „נרדי‟ אַסאָציִיִרט מיטן גן־עדן, ייִדישע תּפֿילות און קרבנות, ווי אויך מיט דער תּורה — „נר־יד‟ — דאָס געטלעכע „פֿײַער‟, וואָס דער אייבערשטער האָט איבערגעגעבן אין משה רבינוס הענט. על־פּי־קבלה, סימבאָליזירט דער „שיבלת־נרד‟ צווישן די קטורת־אינגרידיענטן די ספֿירה תּפֿארת, וואָס רעפּרעזענטירט די האַרמאָניע פֿון היפּוכדיקע כּוחות אינעם אוניווערס און אין דער מענטשלעכער נשמה.
רש״י דערקלערט אין דער גמרא „ברכות‟, אַז דאָס געווירץ מיטן נאָמען „חלפֿי־דימא‟ איז דער זעלביקער דופֿטיקער פֿלאַנץ, ווי „שיבולת־נרד‟, וואָס זעט אויס ווי אַ זאַנג פֿון פֿלאַקס און איז באַקאַנט ווי „אשפּיג‟. כאָטש ס׳איז נישט קיין עכטער בוים, זאָגן די חז״ל, אַז אויף אַזעלכע האַרטע געוויקסן מאַכט מען די ברכה „בורא עצי בשׂמים‟.
ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט רש״י געוווינט אין פֿראַנקרײַך, אינמיטן דעם 11טן יאָרהונדערט; אין מיטל־עלטערלעכע אַלט־פֿראַנצויזישע טעקסטן, אָנהייבנדיק פֿון סוף 11טן יאָרהונדערט, פֿיגורירט לאַוואַנדע מיטן נאָמען „espig‟ אָדער „spic‟. עס קאָן זײַן, אַז רש״יס גמרא־פּירוש איז דער עלטסטער אָפּגעהיטער טעקסט אין דער געשיכטע פֿון דער פֿראַנצויזישער ליטעראַטור, וווּ עס ווערט דערמאָנט דאָס באַליבטע פּראָוואַנסאַלער געוויקס.
ווי אַזוי פֿלעגט מען רופֿן לאַוואַנדע אויף ייִדיש מיט הונדערטער יאָר צוריק? מרדכי שעכטער רעקאָמענדירט אין זײַן באָטאַנישן ווערטערבוך דאָס דײַטשיש־שטאַמיקע וואָרט „לאַווענדל‟ אָדער דאָס פֿאָלקישע „אַווענדע‟. רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער גרינדער פֿון חב״ד־חסידות, דערקלערט אין זײַן סידור, אַז „שיבולת־נרד‟, וואָס מע מאַכט דערפֿון אַ דופֿטיקן בוימל, איז באַקאַנט ווי „שפּיגנאַרדע‟. דער היסטאָרישער באַדײַט פֿונעם ענלעכן דײַטשישן וואָרט (אויף ענגליש — spikenard) איז אָבער אומקלאָר. אַמאָל מיינט עס טאַקע לאַוואַנדע, און אַמאָל — די אַלפּישע וואַלעריאַנקע (valeriana celtica), אַן אַנדער פּאָפּולער בשׂמים־געוויקס.
דער באַדײַט־פּלאָנטער צווישן די דאָזיקע צוויי מינים פֿלאַנצן איז פֿאַרשפּרייט אין אַ ריי אַנדערע שפּראַכן, ווײַל זיי וואַקסן אין ענלעכע נאַטור־סבֿיבֿות, זעען אויס עטוואָס ענלעך און ווערן ברייט באַנוצט ווי בשׂמים. די קעץ וואָלטן אָבער נישט מסכּים געווען מיט אַזאַ פֿאַרגלײַך: וואַלעריאַנקע איז פֿאַר זיי אַ מין נאַרקאָטיק, און לאַוואַנדע האָבן זיי דווקא פֿײַנט. צוליב דעם, וואָס אין קיין ספֿר ווערט, דאַכט זיך, נישט דערמאָנט קיין מיסטישער עפֿעקט פֿונעם קטורת־געמיש אויף די דאָזיקע פֿיר־פֿיסיקע באַשעפֿענישן, קאָן מען זיך משער זײַן — האַלב שפּאַסיק — אַז ס׳איז טאַקע געווען לאַוואַנדע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.