צי מעג מען תּישעה־באָבֿ באַזוכן אַן אָרט, וווּ מע שפּילט מוזיק און פֿאַרשפּרייט אַ בשׂמים־גערוך? מילא, האָב איך באַשלאָסן מקיל צו זײַן, ווען אינעם פֿראַנצויזישן שטעטל דין־לע־בען איז דעם 4טן אויגוסט אין אָוונט פֿאָרגעקומען דער פּאַראַד, מיט וועלכן עס האָט זיך געשלאָסן דער יערלעכער לאַוואַנדע־קאַרנאַוואַל.
לאַוואַנדע (lavender אויף ענגליש) איז אַ סימבאָל פֿון פּראָוואַנס. די דופֿטיקע בלויע און פֿיאָלעט־בלומען, וואָס טרעפֿן זיך אין די פּראָוואַנסאַלער אַלפּן און אויף די געסלעך פֿון די באַרגיקע שטעטלעך אויף יעדן שריט און טריט, שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין דער אָרטיקער לאַנדווירטשאַפֿט. די ריזיקע לאַוואַנדע־פֿעלדער דינען ווי אַ קוואַל פֿון קאָסמעטישע און שפּײַז־פּראָדוקטן. דער בוימל פֿונעם דאָזיקן פֿלאַנץ ווערט אויך במשך פֿון הונדערטער יאָר באַנוצט ווי אַ פֿאָלק־רפֿואה.
דער יערלעכער לאַוואַנדע־פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט אין דין־לע־בען יעדן אויגוסט. היסטאָריש, האָט זיך די דאָזיקע אונטערנעמונג אָנגעהויבן ווי אַ שטאָטישער יריד, וווּ דער עולם האָט פֿאַרקויפֿט אַלערליי סחורה, פֿון די אָרטיקע קעזן און ווײַנען ביז קונסט־שאַפֿונגען; די אַלפּישע לאַנדשאַפֿטן האָבן באַגײַסטערט אַ סך קינסטלער, אַרײַנגערעכנט ווינסענט וואַן־גאָך און פּאָל סעזאַן, אַליין אַ תּושבֿ פֿון דער געגנט.
אינעם פּאַראַד האָבן זיך באַטייליקט פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע און טאַנץ־גרופּעס, על־פּי־רובֿ אַמאַטאָרישע, באַגלייט מיט אויסגעפּוצטע אויטאָס, פֿון וועלכע מע האָט באַוואָרפֿן דעם עולם מיט לאַוואַנדע־זעקלעך. בײַם סוף איז אויפֿגעטראָטן אַ רוסישער אָרקעסטער פֿון ניזשני נאָווגאָראָד, וועלכער האָט געשפּילט אַ מאָדנע מעלאָדיע, וואָס האָט געקלונגען, דאַכט זיך, ווי אַ פֿאַרקריפּלטע ווערסיע פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַל‟. דערנאָך זענען זיי אויפֿגעטראָטן מיטן באַקאַנטן לידל „קאַלינקע‟. גאַנץ אומדערוואַרט, האָבן די רוסישע מוזיקאַנטן געשלאָסן דעם קאַרנאַוואַל מיטן ניגון „סעקס־באָמבע‟ פֿונעם וויילסער פּאָפּ־קאָמפּאָזיטאָר טאָם דזשאָנס.
ווען איך האָב דערציילט עטלעכע אַמעריקאַנער חבֿרים וועגן דעם לאַוואַנדע־פֿעסטיוואַל, האָבן זיי זיך אָפּגערופֿן מיט דער זעלבער קשיא: צי האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן דאָרטן אויפֿן שרעקלעכן אַנטיסעמיטיזם, וואָס בושעוועט אין פֿראַנקרײַך? הגם אַנטיסעמיטיזם איז טאַקע אַן ערנסטע פּראָבלעם אין פֿראַנקרײַך, וווּ ער ווערט קאָמבינירט מיט דער אַלגעמיינער אַנטי־רעליגיעזער קסענאָפֿאָביע, פֿון וועלכער עס לײַדן אויך כּסדר די מוסולמענער, טאָר מען עס נישט איבערטרײַבן. די פֿרידלעכע פֿאַרשנאָשקעטע ווײַן־טרינקער, וועלכע האָבן מקבל־פּנים געווען די קוים־באַקליידטע רוסישע טענצערינס און אומפּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקאַנטן מיט הויכע אַפּלאָדיסמענטן, און די לײַטישע ניכטערע מוסולמענישע משפּחות מיט קינדער, זענען נישט קיין סבֿיבֿה מורא צו האָבן פֿאַרן אַנטיסעמיטיזם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.