(די 4 טע זײַט פֿון 4)
„יעדן פֿרײַטיק — צום וועטערינאַר, ער נעמט אַ רענטגען פֿון אירע לונגען און לעבער. די לעבער איז אַ ביסל פֿאַרגרעסערט, גייט מען אין דער הינטישער אַפּטייק, וווּ מיר קויפֿן פֿאַר איר אײַן מעדיקאַמענטן, וואָס קאָסטן אַ מאָיאָנטעק. דעם סוף־וואָך האָבן מיר אַ חתונה אין קאָנעטיקעט, מוזן מיר צונעמען אַ הונט־זיצער אויף צוויי טעג, און מיר זאָגן אים אָן ס’לעבן צו היטן אונדזער קינדעלע, ווי דאָס אויג אין קאָפּ.‟
אין ישׂראל האָבן מיר פֿאַרמאָגט אַ הינטל, אַ פּראָסט און פּשוט הינטל, עס האָט אָבער פֿאַרמאָגט אַ פּרעכטיק עקעלע, פֿון וועלכן עס זײַנען אַראָפּגעוואַקסן לאַנגע, גאָלדענע האָר. אַלע הינט אין אונדזער געגנט זײַנען ממש פֿאַרכליניעט געוואָרן פֿון איר שיינקייט. זי האָט טאַקע יעדער האַלבע יאָר געבוירן אַ סכום הינטלעך, וועלכע איך האָב פֿאַרטיילט צווישן דער משפּחה. אונדזער הינטל האָט געהייסן „סנופּי‟, לויט דער פֿאָרשטעלונג „טשאַרלי־בראַון‟, וווּ מײַן אַבֿרהמל איז אויפֿגעטראָטן. מאַכט זיך אַזאַ מעשׂה, דער שכן אונדזערער האָט פֿאַרמאָגט אַ טעכטערל פֿון אַ יאָר פֿופֿצן, אין עלטער פֿון אַבֿרהמלען, און די מויד איז נישט אָפּגעטראָטן פֿון אונדזער שוועל. מ’האָט גאָרנישט געקענט פֿון איר פּטור ווערן.
יעדן זומער פֿלעגט מען פֿאָרן קיין אַמעריקע צו מײַנע עלטערן אין מיאַמי־ביטש. און אַזוי ווי אונדזער ווילע איז געשטאַנען לעבן ים, פֿלעגן מענדלס פֿעטער און מומע אונדז פֿאַרטרעטן, פּילנעווען דאָס הויז מיטן הינטל. איין זומער, ווען מיר האָבן זיך צוריקגעקערט אַהיים, קיין ישׂראל, טרעף איך די מומע ספּאַזמירנדיק. פֿרעג איך זי זייער אומרויִק:
„וואָס איז געשען?‟
צווישן טרערן זײַנען מיר דערגאַנגען, אַז אונדזער שכן איז געקומען מיט אַ ביקס און דערהרגעט אונדזער הינטל סנופּי, נעבעך. זיי האָבן זי באַגראָבן אויפֿן הויף און זינט דעמאָלט קענען זיי נישט שלאָפֿן. ווילן מיר דאָך וויסן די סיבה פֿון אַזאַ אַכזריות, פֿרעג איך דעם שכן: „וואָס האָט פּאַסירט?‟
זאָגט ער מיר: „איך בין דווקא געקומען הרגענען דײַן זון אַבֿרהמלען. מיר געפֿעלט נישט וואָס מײַן טעכטערל פֿאַרברענגט צופֿיל צײַט בײַ אײַך.‟
געהערט אַזאַ מעשׂה, זײַנען מיר נשתּומם געוואָרן. ווער טוט עס אַזאַ זאַך, סײַדן אַ משוגענער? מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָט מען זיך דערוווּסט, אַז די פֿרוי האָט אים אָפּגעגט צוליב דעם, וואָס ער האָט געפֿירט אַ טאָפּלטע בוכהאַלטעריע; ער האָט געהאַט אַ צווייטע משפּחה מיט קינדער אין שוועדן, און גיי רוף אים קנאַק־ניסל. וועמען זאָל אײַנפֿאַלן…
זינט יענע הריגה האָבן מיר אויפֿגעהערט צו פּילנעווען הינט. און אַזוי ווי איך האָב פֿאַרמאָגט מײַנע אייגענע צוויי זינדלעך, אַבֿרהמלען און בנימעלען, האָט מען זיך נישט גענייטיקט אין קיין הינטישער ליבע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.