צי האָבן די ייִדן אַמאָל געלעבט אין שטעטלעך? דאַכט זיך, אַ נאַרישע פֿראַגע, אַװדאי יאָ? אָבער װען מען װאָלט געפֿרעגט בײַ אַ לעבעדיקן ייִדן, צי ער װױנט טאַקע אין אַ שטעטל, װאָלט ער מסתּמא דערװידערט, אַז נײן; ער װױנט אין אַ שטאָט. אַ שטעטל פֿאַר אים איז געװען ערגעץ־װוּ אַנדערש, אפֿשר בשכנות, אָבער ניט דאָ, וווּ ער וווינט. און ערשט שפּעטער, װען דער דאָזיקער ייִד האָט זיך אַריבערגעצויגן אין אַ גרעסערער שטאָט, האָט ער זיך שױן געקאָנט מודה זײַן, מיט אַ שמײכל, אַז טאַקע, ער שטאַמט פֿון אַ שטעטל. אַזױ אַרום האָט מען געװױנט אין אַ שטעטל, אָבער געהאַלטן, אַז מען װױנט אין אַ שטאָט.
דאָס נײַע בוך פֿון פּראָפֿעסאָר יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן רעקאָנסטרויִרט די „גאָלדענע תּקופֿה‟ פֿונעם אוקראַיִנישן שטעטל אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. די דאָזיקע צײַט איז נאָך ניט גענוג אויסגעפֿאָרשט אין דער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט, און דער מחבר טענהט, אַז דװקא דעמאָלט איז דאָס שטעטל געװען דער צענטראַלער לאָקאַל פֿונעם ייִדישן לעבן. נאָך דער צװײטער צעטײלונג פֿון פּױלן אין 1793 זײַנען די געגנטן פֿון דער איצטיקער צענטראַל־אוקראַיִנע אַריבער אונטער דער רוסישער שליטה.
הונדערטער שטעטלעך פֿון דער פּאָדאָליער, װאָלינער און קיִעװער גובערניע האָבן אויסגעפֿורעמט די נערװן–סיסטעם פֿון דער אוקראַיִנישער װירטשאַפֿט. די רוסישע אַדמיניסטראַציע האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז ייִדן זײַנען דאָ געװען דער װיכטיקסטער עקאָנאָמישער כּוח. פּעטראָװסקי–שטערן האָט דורכגעאַקערט טױזנטער אַרכיװאַלע דאָקומענטן אין אוקראַיִנע, רוסלאַנד, פּױלן, ישׂראל און אַמעריקע, און האָט געשאַפֿן אַ לעבעדיק און פֿילזײַטיק בילד פֿונעם אַמאָליקן שטעטל־לעבן. און דאָס דאָזיקע בילד איז גאַנץ אַנדערש פֿונעם סענטימענטאַל־נאָסטאַלגישן אימאַזש פֿונעם שטעטל װי אַן „אינדזל פֿון ייִדישקײט אינעם ים פֿון גױים‟, װאָס מען באַקומט פֿון דער פּאָפּולערער ליטעראַטור און פֿילמען.
אונטער דער פּױלישער שליטה זײַנען די שטעטלעך געװען אַ טייל פֿונעם פּריװאַטן אײגנטום פֿון פּױלישע פּריצים, װאָס האָבן געצױגן רװחים פֿון דער ייִדישער עקאָנאָמישער טעטיקײט. די רוסישע מלוכה האָט בהדרגה צוגענומען די שטעטלעך בײַ די פּוילישע בעלי־ביתּים און אַרײַנגענומען זײ אין דער רוסישער אַדמיניסטראַטיװער סיסטעם. דערבײַ האָט די רוסישע רעגירונג ניט געפֿונען דעם ריכטיקן אופֿן, װי אַזױ צו מאַכן די שטעטלדיקע ייִדן ניצלעך פֿאַר דער רוסישער עקאָנאָמיע און געזעלשאַפֿט.
לכתּחילה האָבן די אוקראַיִנער ייִדן אױפֿגענומען די נײַע רוסישע מאַכט בנעימות. זײ האָבן געשטיצט די רוסישע אַרמײ בעת דער מלחמה קעגן נאַפּאָלעאָן. די חסידים האָבן איבערגענומען בײַ דעם רוסישן מלכות דעם מינהג פֿון איבערגעבן בירושה די קרױן פֿון צדיקות מעשׂה קיסר. דער אינטערעס פֿון דער רוסישער רעגירונג איז געלעגן, קודם־כּל, אין דער אַנטװיקלונג פֿון האַנדל און אינדוסטריע אין די שטעט, װוּ דאָס רובֿ תּושבֿים זײַנען געװען ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.