„ייִדלײַף קריזיס‟

YidLife Crisis

די הויפּט־אַקטיאָרן פֿון דער קאָמעדיע, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלסאָן
yidlifecrisis.com
די הויפּט־אַקטיאָרן פֿון דער קאָמעדיע, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלסאָן

פֿון לייזער בורקאָ

Published September 09, 2014, issue of September 26, 2014.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/181270)

די ייִדיש־וועלט נייטיקט זיך שוין לאַנג אין דער נײַער קאָמעדיע־פּראָגראַם „ייִדלײַף קריזיס‟, וואָס האָט געהאַט איר פּרעמיערע מיט אַ וואָך צוריק בײַם „אַשכּנז‟־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ. די ערשטע 4 עפּיזאָדן, וואָס זײַנען איצט צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען אויף „יו־טוב‟ און אויפֿן „ייִדלײַף‟־וועבזײַטל yidlifecrisis.com, האָבן שוין געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף דער ייִדישער גאַס, ווי מע קען דערקענען פֿון די רעאַקציעס אויף „פּנים־בוך‟.

אין די אַלטע גוטע צײַטן, מיט 60 אָדער 70 יאָר צוריק, האָבן מיר געהאַט ייִדישע „סיטקאָמס‟ אויפֿן ראַדיאָ, קאָמעדיע־סעריעס, וואָס זײַנען געגאַנגען אין המשכים, מיט די זעלבע פּערסאָנאַזשן וואָך־אײַן, וואָך־אויס. די ייִדישע פּראָגראַמען זײַנען אָבער, ניט ווי די ענגלישע, קיין מאָל ניט אַריבער אויף דער טעלעוויזיע און דעריבער קען מען טאַקע באַטראַכטן „ייִדלײַף‟ ווי דעם ערשטן אמתן ייִדישן „סיטקאָם‟ בכלל.

קורץ פֿאַר דער פּרעמיערע האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט די צוויי יונגע פֿילם־מאַכער, לייזער באַטאַליאָן און חיימי עלסאָן, וואָס זיי האָבן אָנגעשריבן די סצענאַרן און שפּילן אויך די הויפּט־ראָלעס אין דער סעריע. דאָס זײַנען ניט קיין אַמאַטאָרן, וואָס פֿילמירן אַלע סצענעס מיט אַן „אײַ־פֿאָון‟, נאָר פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן און שרײַבער, וואָס האָבן שוין געשפּילט אין צענדליקער פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. וואָס האָט זיי אינספּירירט צו שאַפֿן „ייִדלײַף‟?

באַטאַליאָן און עלסאָן זײַנען ביידע אויפֿגעוואַקסן אין מאָנטרעאָל, „ירושלים ד’קאַנאַדע‟, און זײַנען געגאַנגען אין דער ביאַליק־מיטלשול, איינע פֿון די לעצטע, וווּ מע לערנט נאָך די ייִדישע שפּראַך (אַחוץ העברעיִש, ענגליש און פֿראַנצייזיש). באַטאַליאָן האָט אויך פֿריִער זיך געלערנט ייִדיש אין דער JPPS (ייִדישע פֿאָלקשול און פּרץ־שול), געדענקט ער נאָך אַ סך מער ייִדיש ווי עלסאָן, וואָס האָט, איידער ער האָט אָנגעהויבן מיט „ייִדלײַף‟, מער־ווייניקער פֿאַרגעסן ווי אַזוי צו רעדן ייִדיש. נאָר צום גליק, האָבן זיי ביידע געהערט אַ ביסל ייִדיש פֿון באָבע־זיידע און, ווי אַקטיאָרן, האָבן זיי אַ טאַלאַנט גוט נאָכצומאַכן דעם ייִדישן אַרויסרעד און אינטאָנאַציע.

די אינספּיראַציע פֿאַר דער סעריע איז געקומען פֿון די באַקאַנטע קאָמעדיע־סעריעס אויף ענגליש מיט אַ ייִדיש־וועלטלעכן אינהאַלט, ווי „סײַנפֿעלד‟ און „האַלט אײַן דײַן ענטוזיאַזם‟ (Curb Your Enthusiasm). באַטאַליאָן און עלסאָן מיינען, אַז די ייִדיש־אַמעריקאַנישע קאָמעדיע האָט אירע וואָרצלען אין דער ייִדישער שפּראַך, האָבן זיי געוואָלט צוריקגיין צום מקור, אַזוי צו זאָגן. זיי האָבן קודם געטראַכט פּשוט איבערצוזעצן באַקאַנטע „סײַנפֿעלד‟־סצענעס אויף ייִדיש, איידער ס׳איז זיי אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַן אָריגיגינעלע סעריע.

אַזוי ווי די הײַנטיקע וועלטלעכע ייִדישקייט דרייט זיך, דער עיקר, אַרום עסן, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז די 4 עפּיזאָדן פֿון „ייִדלײַף‟ קומען פֿאָר אין פֿאַרשיידענע רעסטאָראַנען. באַטאַליאָן און עלסאָן שפּאַרן זיך איבער אַ בייגל אָדער אַ שטיק פֿלייש מיט שמאַלץ, ווי איבער אַ מסחתּא פֿון דער מישנה. זיי לאַכן אָפּ סײַ פֿון ייִדישקייט, סײַ פֿון זיך אַליין — אַזוי ווי עס פֿירט זיך כּסדר בײַ ייִדישע קאָמיקער. די פֿעיִקייט פֿון ייִדן זיך אַליין צו קריטיקירן, זאָגן זיי, איז איינע פֿון אונדזערע גרויסע מעלות.