אַ געיעג נאָך משיחן

A Rush to Bring the Messiah


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published September 11, 2014, issue of September 26, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אַזױ צי אַנדערש, אָבער דער פּריװאַטער אָדער קאָלעקטיװער געיעג נאָך משיחן שטעלט פֿאַר זיך אַ „לעבעדיקן‟ ציל, דהײַנו: צו באַזיגן דעם טױט, װעלכער איז אַ סימבאָל פֿון „אַל דאָס שלעכטס‟. און דאָס איז אפֿשר אײנע פֿון די גרונטלעכע סיבות פֿונעם שטורמישן פּראָצעס פֿון פֿאַרגעטלעכן די מעדיצין־װיסנשאַפֿט בכלל און איר פּראַקטישן טײל בפֿרט.

װי באַװוּסט, קען יעדער דור מענטשן זוכה זײַן צו װערן אַ משיחס דור, און טאַקע אין דעם שטעקט אַ גרױסע סכּנה, סײַ פֿאַר אַ יחיד און סײַ פֿאַרן קהל. װען די „משיחים‟ װאָלטן פֿאָרױסגעזען װיפֿל בלוט און טרערן װעלן זײ ברענגען זײערע ברידער און שװעסטער, איז נאָך אַ גרױסער ספֿק, צי זײ װאָלטן אױף זיך אַרױפֿגעלײגט די בלישטשענדיקע קרױן פֿון אַן אױסלײזער. אַ פּשוטער באַלאַנס אינעם פּאַראַגראַף „משיח און זײַנע קרבנות‟ באַװײַזט, אַז אַן אײנפֿאַכע יאַרמלקע פּאַסט די ייִדן אַ סך מער, װי די באַפּוצטע קרױן פֿון אַ באַפֿרײַער און אַן אױסלײזער.

איך װאָלט בכלל ניט אָנגערירט אָט די־אָ גאָר דעליקאַטע טעמע, אין װעלכער איך גריבל זיך אַרום פֿופֿציק יאָר, נאָר אַ קורצער און אַ פּשוטער אױספֿיר פֿונעם גרױסן ייִדישן פֿילאָסאָף ישעיהו לײבאָװיטש, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט מיך װידער אומגעקערט צו דער־אָ טעמע און ממש מרמז געװען, אַז די צװײ־טױזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון זוכן און באַקרױנען אַ נײַעם ייִדישן „פֿאַלשן משיח‟ איז אפֿשר געקומען צו איר נאַטירלעכן סוף, דהײַנו, ווײַל די אמונה אין משיחס קומען באַזירט זיך אױפֿן גלױבן, אַז משיח װעט קומען, ס’הײסט, אַז ער דאַרף נאָך קומען. דער, װעלכער איז שױן יאָ געקומען, קען נישט זײַן משיח, װײַל מיר גלײבן „באמונה שלמה‟, אַז ער „װעט קומען‟ אַ װען ניט איז אין דער צוקונפֿט. אָבער, „משיח‟, װעלכער איז שױן געקומען… איז אַ פֿאַלשער משיח. דער באַגריף „אַן אמתער משיח‟ פֿאָדערט אַן אונטערגרונט פֿון „אײביקײט‟.

אין דער טעאַטער־װעלט איז פּאָפּולער אַן אױסדרוק: „דעם מלך שפּילט דער המון‟. באמת, װער קען זיך פֿאָרשטעלן משיחן, װעלכער זיצט זיך שטילערהײט אין התבודדות, אײנער אַלײן, ערגעץ װוּ אין דער סיבירער טײַגע אָדער אין מידבר?… די ראָלע פֿונעם אונטערדריקטן עם־הארצישן המון אין די באַװוּסטע געשיכטעס מיט די פֿאַלשע משיחים איז ניט קלענער פֿון דער שולד פֿונעם פֿאַלשן משיח גופֿא. דער גאָון און גדול־דורו ר’ נחמן בראַסלעװער, װעלכער האָט גוט געקענט די געשיכטעס מיט די „פֿאַלשע משיחים‟, האָט שױן אין זײַנע ערשטע תּורות געװאָרנט די ייִדישע װעלט פֿון דער טעמפּער פֿאַנאַטישקײט אין די ענינים, פֿאַרבונדן מיט משיחס קומען. „משיחס הױפּט־כּלי־זײן (געװער), — זאָגט ר’ נחמן, — זײַן הױפּט־כּלי־זײן, װאָס מיט זײַן כּוח װעט ער פֿירן אַלע מלחמות און דורכפֿירן אַלע כּבושים, איז די תּפֿילה.‟ אַ ביסל שפּעטער, אין די װײַטערדיקע תּורות, דערקלערט ר’ נחמן, אַז דער מהות פֿון אַ תּפֿילה און דער משיח־מהות זײַנען געקניפּט און געבונדן אין אַ העכערן, אַלװעלטישן און איבערװעלטישן בונד. תּפֿילה און משיח זײַנען דאָס זעלבע — תּפֿילה איז שכינה, מטרוניתא, דיבור, מלכות… דער עיקר, גלות נעמט זיך פֿון מאַנגל אין אמונה, און די אמונה איז אין דער בחינה פֿון תּפֿילה, און די תּפֿילה איז אין דער בחינה פֿון ניסים… תּפֿילה איז איבער דער נאַטור, עס קומט די תּפֿילה און ענדערט די טבֿע…