ס’איז געוואָרן אַ טראַדיציע אויף דער ייִדישער גאַס פֿון ניו־יאָרק, אַז יעדעס יאָר קומען פֿאָר צוויי גרויסע לעקציעס וועגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור: איינע לזכר ד”ר מרדכי (און איצט אויך טשאַרנע) שעכטער, און איינע לזכר ד”ר נעמי פּראַווער־קאַדאַר, וואָס איז פֿריצײַטיק אַוועק פֿון דער וועלט אין 2010. די ערשטע לעקציע איז שטענדיק אויף ייִדיש, בהסכּם מיט די שעכטער־פּרינציפּן, און די צווייטע איז, געוויינטלעך, אויף ענגליש, ווי עס פּאַסט פֿאַר דער משפּחה קאַדאַר און פֿאַר זייערע פֿרײַנד, וואָס אַ טייל פֿון זיי קענען ניט קיין ייִדיש.
פֿון איין זײַט, איז אַ ביסל מאָדנע צו קומען אויף אַ גרויסער ייִדישיסטישער אונטערנעמונג, וואָס ווערט דורכגעפֿירט כּמעט אין גאַנצן אויף ענגליש, אָבער, פֿון דער צווייטער זײַט, האָט עס אויך געוויסע מעלות. למשל, אַן אַקאַדעמישע לעקציע פֿון פּראָפֿ’ רות ווײַס וועגן דער פּאָעזיע פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס זײַנע ווערק זײַנען אָפֿט אַ שווערע עבֿרי אַפֿילו פֿאַר גוטע ייִדיש־קענער, לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז זי זאָל רעדן אויפֿן לשון, וואָס דער עולם פֿאַרשטייט בעסער.
דעם כּבֿוד פֿאָרצושטעלן פּראָפֿ’ ווײַס האָט געהאַט איר ברודער, פּראָפֿ’ דוד־הירש ראָסקעס, וואָס ער האָט דערמאָנט וועגן אַ וויכטיקער יובֿל־דאַטע: מיט 50 יאָר צוריק, דעם 30סטן אויגוסט 1964, אינעם הויפּטזאַל פֿון ייִוואָ, איז פֿאַרלייגט געוואָרן „יוגנטרוף — יוגנט פֿאַר ייִדיש‟. ראָסקעס — דעמאָלט 16 יאָר אַלט — איז געווען איינער פֿון די צוויי גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַן ערך הונדערט יונגע־לײַט איבער דער וועלט, דערצויגענע אין ייִדיש־רעדנדיקע היימען. „יוגנטרוף‟ האָט אַרויסגעגעבן אַן אייגענעם זשורנאַל, און אין 1966 איז דער סטיל־רעדאַקטאָר געווען אַ יונגע ייִדישיסטקע פֿון די בראָנקס — נעמי פּראַווער. אַזוי האָט זיך ראָסקעס צום ערשט באַקענט מיט דער פֿרוי, וואָס האָט מיט 40 יאָר שפּעטער בײַ אים אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר געמאַכט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין אַמעריקע.
אַז דער אַקטיוויזם פֿון „יוגנטרוף‟ איז ניט געווען קיין אומזיסטער, ווײַזט דער פֿאַקט, אַז אויף דער לעקציע זײַנען געקומען אַ 20־30 ייִדיש־סטודענטן, ייִדיש־פֿאַרמער, און אַנדערע סאָרטן ייִדישיסטן פֿונעם ייִנגערן דור. פֿאַקטיש, האָט מען געהערט מער ייִדיש בײַ זיי, ווי בײַם עלטערן דור, כּמעט אַלע געבוירענע אין אַמעריקע. צו פֿאַרטרעטן די „אַלטע היים‟ פֿאַר דער מלחמה איז געקומען נאָר מיכל באַראַן צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, מילי, וואָס זיי שטאַמען ביידע פֿון אָשמענע, אַ שטעטל לעבן ווילנע.
וועגן ווילנע האָבן גערעדט סײַ ראָסקעס, סײַ ווײַס, ווײַל דאָרט איז אויפֿגעוואַקסן סוצקעווער, און דאָרט איז אויפֿגעקומען דער ייִוואָ. ס’איז כּדאַי אויך צו דערמאָנען, אַז מאַשע ראָסקעס, די מאַמע פֿון די ביידע ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן, איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע אין 1906, און אַז דוד ראָסקעס האָט וועגן איר אַרויסגעגעבן אַ באַנד זכרונות „ייִדישלענדער‟ (Yiddishlands). נאָר ניט וועגן דער אייגענער משפּחה האָבן זיי איצט גערעדט, נאָר וועגן סוצקעווער, וואָס ווײַס טראַכט אָנצושרײַבן וועגן אים אַ ליטעראַרישע ביאָגראַפֿיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.