בלויז עטלעכע טעג איידער שאָטלאַנד דאַרף באַשליסן, צי זי זאָל זיך אָפּזינדערן פֿון בריטאַניע, צי נישט, זעט מען אין גלאַזגאָ, די גרעסטע שטאָט פֿון לאַנד, שילדן פֿון ביידע צדדים: בלאָע פּלאַקאַטן מיטן וואָרט „יאָ!‟ און רויטע, וווּ עס שטייט: „ניין, אַ דאַנק‟.
אָבער אין פֿראַנק איינדזשעלס הויז, זעט מען נישט קיין שום פּלאַקאַטן, כאָטש ער איז אַן אָפֿענער שטיצער פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־באַוועגונג. ווי אַ געוועזענער קאַנדידאַט אינעם אָרטיקן צווײַג פֿון דער „שאָטלענדישער אומאָפּהענגיקייט־פּאַרטיי‟ (SNP), האָט איינדזשעל זיך באַטייליקט אין אַ צאָל מאַניפֿעסטאַציעס, און געפּריידיקט די מעלות פֿאַר דער שאָטלענדישער עקאָנאָמיע, ווען זי וואָלט געווען אומאָפּהענגיק.
ווי אַ ייִד איז ער אָבער אַ טייל פֿון אַ מינאָריטעט. ס׳רובֿ פֿון די אַפֿיליִיִרטע ייִדן אין לאַנד ווילן גיכער בלײַבן אַ טייל פֿון גרויס־בריטאַניע — אַרײַנגערעכנט זײַן פֿרוי, איליין. „די SNP האָט שוין אַ געשיכטע פֿון פּראָ־פּאַלעסטינער שטיצע,‟ האָט איליין איינדזשעל געזאָגט. „דייוויד קאַמעראַן [דער בריטישער פּרעמיער], פֿון דער אַנדערער זײַט, איז שטאַרק פּראָ־ישׂראל, און איז תּמיד געווען אַזוי.‟
דעם דאָנערשטיק דאַרף שאָטלאַנד אָפּשטימען, צי ס׳זאָל ווערן אַן אומאָפּהענגיק לאַנד, אָדער ממשיך זײַן די מער ווי 300־יאָריקע פֿאַראייניקונג מיט ענגלאַנד. לויט די לעצטע אַנקעטעס, איז דאָס לאַנד צעשפּאָלטן וועגן דעם ענין, כּמעט העלפֿט אויף העלפֿט.
„די ייִדן האָבן ביז איצט געלעבט גוט אין שאָטלאַנד,‟ האָט דערקלערט מאַלקאָם ליווינגסטאָן, פֿאָרזיצער פֿון דער גלאַזגאָ־קהילה. „ס׳איז בלויז לעצטנס, וואָס די עקסטרעמע פּאַלעסטינער גרופּעס האָבן דאָס צעשטערט. דער שאָלענדישער פּאַרלאַמענט ווײַזט הײַנט ערנסטע סימנים פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע און אַנטיסעמיטישע שטעלונגען.‟
לויטן צענזוס פֿון יאָר 2011 געפֿינען זיך ווייניקער ווי 6,000 ייִדן אין לאַנד, בערך 1.0 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. ס׳רובֿ פֿון זיי וווינען אין און לעבן דער אינדוסטריעלער שטאָט גלאַזגאָ. אויב אָבער מע רעכנט צו די נישט־אַפֿיליִיִרטע ייִדן, קאָן די צאָל זײַן נעענטער צו 10,000, האָט באַמערקט דער דירעקטאָר פֿונעם „שאָטלענדישן ראָט פֿון ייִדישע קהילות‟, אפֿרים באָראָווסקי.
הגם די ייִדישע קהילה האָט נישט אויסגעפֿרעגט אירע מיטגלידער וועגן זייער מיינונג פֿונעם רעפֿערענדום, האַלט באָראָווסקי, אַז די אָפֿיציעלע פֿאַרדאַמונג פֿון ישׂראל מצד דער רעגירונג דעם זומער האָט מסתּמא איבערצײַגט אַ טייל ייִדן זיך אַנטקעגנצושטעלן דער אומאָפּהענגיקייט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.