טעאַטער „דזשיי‟ אין וואַשינגטאָן שטעלט איצט פֿאָר די דראַמאַטישע באַאַרבעטונג פֿון יצחק באַשעוויסעס באַרימטער דערציילונג „יענטל דער ישיבֿה-בחור‟. באַשעוויס האָט זײַן פּראָזע־טעקסט אַליין באַאַרבעט פֿאַר אַ פּיעסע אין די 1970קער יאָרן, אין איינעם מיט לאה נאַפּאָלין (די פּרעמיערע איז אויפֿגעקומען אין „טשעלסי טעאַטער‟, 1974). דער אָריגינעלער טעקסט באַשעפֿטיקט זיך, ווי באַקאַנט, מיטן לעבן פֿונעם יונגן מיידל יענטל, אַ רבֿס אַ טאָכטער מיט אַ שטאַרקער תּשוקה צום לערנען, וואָס קומט אין סתּירה מיט דעם טראַדיציאָנעלן לעבנס-שטייגער פֿון די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן.
זאָגט איר טאַקע דער טאַטע: „יענטל, דו האָסט אַ נשמה פֿון אַ מאַנצביל.‟ פֿרעגט זי: „פֿאַר וואָס זשע בין איך אַ נקבֿה?‟ — „אין הימל מאַכט מען אויך טעותים,‟ — ענטפֿערט דער טאַטע. נאָך איר טאַטנס טויט, גייט יענטל ווײַטער קעגן דעם טראַדיציאָנעלן פּאַטריאַרכאַלן שטראָם, פֿאַרשטעלט זיך ווי אַ ישיבֿה-בחור מיטן נאָמען אַנשל, און פֿאָרט אַוועק זיך לערנען אין אַ ישיבֿה.
פֿון דעם פּונקט אָן הייבט זיך אָן אַ סעריע מיספֿאַרשטענדענישן און פּלאָנטערס, וווּ יענטלאַנשל מוז לאַווירן צווישן אירעזײַנע באַציִונגען מיט אַן אַנדער ישיבֿה-בחור — אַבֿיגדור, און דאָס התחײַבֿות חתונה צו האָבן כּדת-משה־וישׂראל מיט אַ פֿרוי. אָט די סיטואַציע עפֿנט, פֿאַרשטייט זיך, אַ ברייט אָרט אויסצופֿאָרשן די טעמעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער סעקסועלער אידענטיטעט.
וועגן באַשעוויסן דער דראַמאַטורג האָט דזשאָעל שעכטער מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אָנגעשריבן אין „פֿאָרווערטס‟, אַז: “ביזן הײַנטיקן טאָג ווערט באַשעוויס-זינגער אָנערקענט פֿאַר זײַנע דערציילונגען, נישט זײַנע פּיעסעס; אָבער זײַנע ווערק פֿאַר דער בינע האָבן אַ וויכטיקע, כאָטש אַ פֿאַרשפּעטיקטע אַנטוויקלונג אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער… אַזוי לאַנג ווי מע וועט באַאַרבעטן זײַנע [באַשעוויסעס, ע.מ.] ווערק אין זײַן אייגענער שפּראַך, וועט ווײַטער וואַקסן דער שם פֿון יצחק באַשעוויס-זינגער ווי אַ וויכטיקער ייִדישער אַמעריקאַנער דראַמאַטורג.‟ (שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3490).
שעכטער איז גערעכט. זינגער, וואָס איז געוואָרן אַ ייִדישער דראַמאַטורג גאָר שפּעט אין זײַן לעבן, האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרהיטן, כאָטש אין דער פּיעסע „יענטל‟, דאָס געפֿיל פֿון ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם פֿאַקט, אַז מע רעדט ענגליש אויף דער בינע. אַדרבא, „יענטל‟ אינעם טעאַטער „דזשייס‟ וואָלט איך גערעכנט ווי איינע פֿון מײַנע בעסטע איבערלעבונגען פֿון ייִדישן טעאַטער בכלל.
אָבער די געראָטנקייט פֿון דער נײַער באַאַרבעטונג ליגט נישט נאָר אין דער „אַנטפּלעקונג‟, אַז באַשעוויס-זינגער, צוזאַמען מיט זײַנע באַרימטע פֿעיִקייטן ווי אַ פּראָזאַיִקער, איז דערצו נאָך געווען אַ וויכטיקער ייִדישער אַמעריקאַנער דראַמאַטורג. מע דאַרף דאָ אויך דערמאָנען דעם ענין מוזיק; עס גייט די רייד וועגן די לידער פֿון באַרבאַראַ סטרײַסענדס פֿילם-באַאַרבעטונג פֿון „יענטל‟ (1983). סטרײַסענדס לידער זענען דאָך געווען פֿול-געפּאַקט מיט קיטש, נוסח האָליוווּד. איז נישט צו פֿאַרחידושן, וואָס זינגערן אַליין האָט די ווערסיע נישט מוצא-חן געווען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.