(די 4 טע זײַט פֿון 4)
………………………………………..
און אַזוי קען זיך עס ציִען אַ גאַנץ לעבן און אַפֿילו ווײַטער, אויף יענער וועלט:
„נו, וואָס איז נײַעס?‟
„איך בין שוין טויט, אַ פֿינף יאָר.‟
„אַזוי גאָר? וואָס האָסטו געהאַט?‟
„אַ ראַק, אין די נירן.‟
„נו, אַ שאָד…‟
„נישט געפֿערלעך. עס איז שוין נאָך אַלעמען?‟
„איז, ווי רעד איך מיט דיר?‟
„כ’ווייס, אפֿשר ביסטו אויכעט אַ בר-מינן?‟
„קען זײַן…‟
אַזאַ לאַנגווײַל! מע קען משוגע ווערן.
פּלוצעם האָבן זיך אַרײַנגעריסן אייניקע באַבערדלטע באַוואָפֿנטע אַראַבער, אָנגעטאָן אין גאַנצן אין שוואַרץ. איך האָב זיי נישט געדאַרפֿט… ווער זענען זיי, און וואָס ווילן זיי? איך האָב זיי ווויל געקענט פֿון דער טעלעוויזיע. זיי זענען אָפֿטע געסט אין די סאַלאָנען פֿון דער איסלאַמישער מדינה.
זיי האָבן גענומען שלאָגן די מענטשן, רויִנירן די דירה און שרײַען. מיר האָבן געהאַט דרײַ ברירות: איסלאַם, באַצאָלן „דזשיזאַ‟ אָדער טויט…
עס זענען געפֿלויגן פֿויסטן, קללות, מע האָט אַרויסגעשטעקט מעסערס, באַדראָט מיט די ביקסן. איסלאַם אָדער טויט? טויט אָדער איסלאַם? זאָג אַרויס נאָר דרײַ זאַצן, און דו ביסט אַ פּאָלנער מוסולמענער. דרײַ זאַצן — און שוין. וועסטו קעמפֿן פֿון איצט אָן אויף אַללאַס זײַט: מאָרד, בלוט, אָפּהאַקן קעפּ, אויפֿשנײַדן בײַכער, קאָראַן, דזשיהאַד, אויסלייזונג, פֿאַרגוואַלדיקונג…
אַלץ האָט זיך אויסגעמישט אין מײַן קאָפּ. די געדאַנקען האָבן מיך געמאַכט דאָרשטיק. איך האָב באַקומען חשק צו עפּעס רויטס — אַ שטיקל אַרבוז. איך האָב זיך אָנגעבויגן צום טעלער, גענומען אַ שטיקל און עס אָנגעביסן…
און אפֿשר איז די „איסלאַמיסטישע מדינה‟ איין גרויסע ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן לאַנגווײַל? נישט אַללאַ רופֿט זיי, נאָר דער גאָרנישט, די וויסטעניש טרײַבט זיי אין וועג אַרײַן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.