אַ פּוילישע שטאָט, וואָס הייסט „גרויסע אויגן‟?

A Polish City Called “Large Eyes”?

פֿון הערשל גלעזער

Published September 24, 2014, issue of October 10, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

נאָר, ווי געזאָגט, זענען ס’רובֿ ערטער־נעמען אײַנגעגלידערט אין מאַמע־לשון בלויז לויטן קלאַנג. Kazimierz Dolny איז „קוזמיר“, ס’קראָקעווער פֿירשטעטל Kazimierz איז „קוזמאַרק“. די שטאָט Brest, מיט צי אָן Litovsk, איז „בריסק“, מיט צי אָן „דליטע“; דאָס איז גיכער אָנגעשפּאַרט אויפֿן פּוילישן אַדיעקטיוו brzeski ווי אויפֿן נאָמען Brześć.

צום סוף, מוזן מיר דערמאָנען אַ נאַרישע מעשׂה, וואָס וועגן דעם האָבן מיר מיט יאָרן צוריק געלייענט אינעם ענגלישן „פֿאָרווערטס“: אַ סאַטמערער חסיד האָט פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז דער נאָמען „סאַטמער“ איז אויף גוייִש טײַטש גאָר „די הייליקע מאַריאַ“ (Saint Mary בלע״ז), און דערצו נאָך וואָס פֿאַר אַן איראָניע, אַז אַזאַ ייִדישע שטאָט זאָל טראָגן אַזאַ קריסטלעכן נאָמען… ס’הייבט זיך נישט אָן און לאָזט זיך נישט אויס: ס’רומענישע Satu Mare איז טײַטש ‘ס’גרויסע דאָרף’, אָבער דאָס איז אַ פֿאָלקס־עטימאָלאָגיע, ווײַל דער נאָמען וואַקסט פֿונעם אונגערישן Szatmár, וואָס שטאַמט, אַ פּנים, פֿון טערקיש. זעט איר, די שטאָט גער, ביזן חורבן אפֿשר דער וויכטיקסטער חסידישער צענטער, טראָגט יאָ אַ קריסטלעכן נאָמען: פּויליש Góra Kalwaria. אויף פּויליש איז góra פּשוט „באַרג‟, האָט עס די ייִדן נישט געטשעפּעט, בשעת דער באַרג Kalwaria איז דאָך דאָס אָרט, וווּ מע מיינט, אַז יעזוס האָט געטראָפֿן דעם טויט. חוץ דעם, איז נאָך נישט אויסגעקומען צו הערן ווי אַ גערער חסיד „באַרימט“ זיך, אַז זײַן שטאָט איז אַ קריסטלעכע. גייט עס, הייסט עס, קיינעם נישט אָן…

***********

צוגאָב צום פֿריִערדיקן אַרטיקל: אין בנציון וויטלערס ליד „וואַרשע“ האָבן מיר געהערט „די לאַזשענקעס“ (אִקצענטירט אויף „לאַ…“) פֿאַרן באַוווּסטן Park Łazienki; דער טײַטש אויף פּויליש איז „בעדער‟.