אויב איר וווינט אין אַ ייִדישער געגנט ווי איך, הערט איר יעדן טאָג, במשך פֿונעם חודש פֿאַר ראָש־השנה, דאָס בלאָזן דעם שופֿר. דער קלאַנג דערמאָנט מיר תּמיד אין מײַנע קינדער־יאָרן אין קרית־יואל, ווען דער ריח פֿון פֿריש־געבאַקן האָניק־געבעקס האָט אַרויסגעשוועבט פֿון די אָפֿענע קיך־פֿענצטער, בעת מיר, מיידלעך, האָבן אַהיימשפּאַצירט פֿון שול, טראָגנדיק פֿלאַכע שיך און געדיכטע מאַרין־בלאָע זאָקן.
דער ריח פֿון האָניק איז געווען אַ סימן פֿון ראָש־השנה, תּשובֿה, קרעפּלעך, און נישט־אײַנגענעמע טעלעפֿאָן־שמועסן צו די חבֿרטעס, בעטנדיק מחילה פֿאַרן האָבן גערעדט לשון־הרע.
אַ חודש לאַנג פֿאַר די ימים־נוראים, האָט מײַן מאַמע, אַ בריה, אַלץ צוגעגרייט צום נײַעם יאָר: געפּוצט מיט אַלע כּוחות די יום־טובֿדיקע לײַכטער פֿאַר 12 ליכטלעך, געקאָכט און געבאַקן אָן אַ שיעור. צו־ביסלעך האָט זיך דער פֿרירער אין קעלער אָנגעפֿילט מיט האָניק־קיכעלעך און לאַנגע לעקעכן — צעשניטן אויף פֿערטלעך, און ענג פֿאַרפּאַקט אין פּלאַסטישע זעקלעך, כּדי די קליינע הענטעלעך זאָלן נישט קענען אַרײַנקריכן.
איך געדענק אויך דעם פּחד. מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דער אייבערשטער וועט אונדז פֿאַרשרײַבן אָדער אין זײַן „ווײַסן בוך‟, אָדער אינעם „שוואַרצן‟. ער וועט מישפּטן יעדעס וואָרט, יעדע טוּונג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר — סײַ אונדזערע עוולות קעגן גוטע פֿרײַנד, סײַ די נישט־צניעותדיקע אַנטפּלעקונג פֿון אונדזער הויט ערגעץ־וווּ — כּדי צו באַשטימען ווער פֿון אונדז ס׳וועט לעבן, און ווער ס׳וועט שטאַרבן (און אויך — אויף וועלכן אופֿן ער אָדער זי וועט שטאַרבן).
אַ סך מיידלעך האָבן ערבֿ די ימים־נוראים געמאַכט האַרציקע נדרים וועגן צניעות: זיי וועלן, פֿון איצט אָן, טראָגן געדיכטערע זאָקן; זיי וועלן קיין מאָל נישט טראָגן קיין אויגן־קאָסמעטיק; זיי וועלן פֿאַרלענגערן די קליידער. איך אַליין האָב זיך צוגעזאָגט, אַז איך וועל זיך נישט אָנטאָן אַזוינע מאָדישע קליידער ווי מײַנע עלטערע שוועסטער טראָגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.