(די 2 טע זײַט פֿון 3)
„אַ זמרל אַזאַ‟ הייבט זיך אָן מיט צוויי לידער פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן — „אַ זמרל אַזאַ‟ און „זילבערשטערן‟. שאַפֿונגען פֿון אַלען בערן, דער פּאָעטעסע חייקע־ברוריה וויגאַנד, און די מוזיקער ווערן דאָ רעקאָרדירט צום ערשטן מאָל. צווישן די לידער הערט מען אינסטרומענטאַלע נומערן אין אַ פֿאָלקישן סטיל. די הויכע קוואַליטעט פֿון דער פֿרויען־גרופּע וואָלט פֿאַר זיי געדאַרפֿט צוציִען אַ סך צוהערער.
דאָס צווייטע קאָמפּאַקטל האָט אַרויסגעלאָזט דער מאָסקווער־פּעטערבורגער גיטאַר־שפּילער וואַניאַ זשוק און זײַן ראָק־קאַפּעליע „נײַעכאָוויטש‟ (Nayekhovich). די רעקאָרדירונג —„קלעזמער איז טויט‟ (2008) — איז דער היפּוך פֿון „קול־אישה‟, און מע וואָלט וויציק אַפֿילו געקענט זי אָנרופֿן „קול־איש‟, ווײַל אַ סך טעסטאַסטעראָן דריקט זיך אויס אין די לידער. דער גיכער ראָק־און־ראָל־טעמפּאָ פֿונעם ערשטן ליד — „די נײַע רוסישע שער‟ — ווערט נאָך היציקער במשך פֿונעם גאַנצן קאָמפּאַקטל. דאָס ייִדישע ליד „רעזינקע‟, געשריבן פֿון זשוק און פּסוי קאָראָלענקאָ, האָט ייִדישע ווערטער, וואָס מע קען דאָ נישט דרוקן. אָבער פֿאַרן פֿאָלקסליד „איבער בערג און איבער טאָלן‟ האָט די קאַפּעליע געשאַפֿן אַ פֿײַנע לירישע ראָק־אַראַנזשירונג.
מסתּמא האָבן אַנדערע שוין אָנגערופֿן וואַניאַ זשוק אַ „קלעזמער דזשימי הענדריקס‟, אָבער דער פֿאַרגלײַך פּאַסט נישט, ווײַל זשוק איז סײַ אַ סאָלאָ־שפּילער, סײַ אַ ריטעם־גיטאַריסט. דאָס וואָלט אויך פֿאַרדעקט דעם אויפֿטו פֿון דער גאַנצער גרופּע און די „געסט‟־זינגער, דניאל קאַהן, פּסוי קאָראָלענקאָ און מילאַ קיקינאַ. קאַהן איז אַ פּיאָניר פֿון אַרײַנפֿלעכטן זײַנע געראָטענע ענגלישע איבערזעצונגען אין די ייִדישע ווערטער, און אַזוי אַרום, דערגרייכן אַ ברייטערן עולם. אין דעם קאָמפּאַקטל הערט מען זײַנע באַאַרבעטונגען פֿון די פֿאָלקסלידער „באָרשט‟ און „דער נײַער רוסישער שער‟. אויב „קלעזמער איז טויט‟, ווי עס הייסט די רעקאָרדירונג, לעבט ווײַטער זײַן גילגול, ווי אַ דיבוק, אין אַנדערע שאַפֿערישע גופֿים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.