(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ביז יענעם מאָמענט זענען מײַנע זכרונות געווען באַזירט נאָר אויף קלאַנגען און קולות, און געדרוקטע ווערטער. דאָס וואָס איך האָב איצט געזען, איז געווען אַ שטאַרקע דערמאָנונג פֿון די גרויליקע געשעענישן פֿון דאַנקטאָג 2008. איך האָב אויך געזען די קוילנלעכער אין די ווענט לעבן „נאַרימאַן־הויז‟, צוזאַמען מיט דער דעקלאַראַציע פֿון די אָרטיקע מוסולמענישע און הינדו־אײַנוווינער: „מיר פֿאַראורטיילן די טעראָריסטישע אָנפֿאַלן פֿון 26־11־2008“.
הײַיאָר, מיט קנאַפּע זעקס יאָר נאָך דער טראַגעדיע, בין איך צוריקגעפֿאָרן אין מומבײַ מיטצואַרבעטן מיטן „גבֿריאל־פּראָיעקט מומבײַ‟ (Gabriel Project Mumbai), אַ נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציע (NGO), געגרינדעט פֿון מײַנעם אַ חבֿר, יעקבֿ שטאָקמאַן. כאָטש איך האָב נישט געוווּסט דערפֿון, האָט יעקבֿ געהאַט פּלאַנירט, אַז איך זאָל בײַזײַן אינעם באַנײַטן „נאַרימאַן־הויז‟ בעת זײַן חנוכּת־הבית.
דורכגייענדיק דורך אַ ים מיט פּאָליציאַנטן, בין איך אַרײַן אין דער מיט קאַנווע־באַדעקטער געסקע, וווּ די צערעמאָניעס האָבן געזאָלט פֿאָרקומען. צום סוף פֿון דער געסקע איז געווען דער אַרײַנגאַנג אין „נאַרימאַן־הויז‟. מער איז שוין נישט געשטאַנען דער הויף־טויער פֿאַרן בנין; איצט האָט מען געקאָנט זען אַ גרעסערן אימפּאָנירנדיקן אויפֿבוי מיט אַ שפּאָגל נײַ מירמל־פּנים, וואָס לויט מײַן געשמאַק, האָט זיך עס נישט אַרײַנגעפּאַסט אין דער געגנט מיט אירע אַלטע בנינים, וואָס זענען מערסטנס געשטאַנען אויף זייער אָרט ווי שטומע עדות פֿון דער טראַגישער געשיכטע. איך האָב אָבער נישט געהאַט קיין סך צײַט זיך אַרומצוקוקן; באַלד האָב איך דערזען באַקאַנטע חב״דניקעס — סײַ פֿון אַמעריקע און סײַ פֿון אינדיע, וואָס האָבן מיך מקבל־פּנים געווען און אַרײַנגעפֿירט אין דעם „הויז‟. זיי האָבן נישט געוווּסט, אַז איך בין דאָ אין שטאָט און האָבן זיך זייער דערפֿרייט מיך צו זען.
דער חנוכּת־הבית האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ פּאָר ווערטער פֿון הרבֿ קאָטלאַרסקי, דער ראָש פֿון דעם חב״ד־דערציִונג־אָפּטייל, דער „מרכּז לעניני חינוך‟. איך האָב געוואַרט צו זען וואָס ער וועט זאָגן אויף דער וויכטיקער אונטערנעמונג. מיט זעקס יאָר צוריק האָט חב״ד אין זינען געהאַט נאָר די ייִדן, וואָס זענען אומגעקומען אין דעם „נאַרימאַן־הויז‟. פֿונדעסטוועגן, זענען אויך געווען מער ווי הונדערט אינדישע קרבנות, האָבן אַ סך אינדיער זיך געפֿילט אַ ביסל געטראָפֿן און אַנטוישט פֿון אַזאַ נישט־וויסנדיקייט; מע האָט געשפּירט, אַז מע אָנערקענט נישט די טראַגעדיע בײַ די אינדיער. עטלעכע אינדישע צײַטונגען, וואָס האָבן געשריבן וועגן דעם אינצידענט, האָבן אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, אַז דער ייִדישער צענטער גיט זיך אָפּ נאָר מיט אויסלענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.