אַ נײַער אָנהייב בײַ חב״ד אין מומבײַ

A New Beginning at Chabad Mumbai

מלך ווישוואַנאַט (אין מיטן) בעת דעם חנוכּת־הבית פֿונעם „נאַרימאַן־הויז‟ אין מומבײַ, אינדיע
Courtesy of chabad.org
מלך ווישוואַנאַט (אין מיטן) בעת דעם חנוכּת־הבית פֿונעם „נאַרימאַן־הויז‟ אין מומבײַ, אינדיע

פֿון מלך ווישוואַנאַט

Published September 30, 2014, issue of October 24, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

פֿאַרן אָנפֿאַל זענען טאַקע געווען זייער ווייניק פֿאַרבינדונגען צווישן די אײַנוווינער פֿונעם „נאַרימאַן־הויז‟ און זייערע שכנים; אַדרבא, ווען דער אַטאַק איז פֿאָרגעקומען, האָבן געוויסע פֿון די היגע תּושבֿים געהאַט אַ חשד, אַז די ייִדן האָבן גאָר געשפּילט עפּעס אַ ראָלע אין דעם.

וואַרטנדיק אויף הרבֿ קאָטלאַרסקיס קאָמענטאַרן, האָב איך זיך געפֿרעגט: וואָס וועט איצט זײַן דער צוגאַנג מצד חב״ד? לאַנג האָב איך נישט געדאַרפֿט אײַנהאַלטן דעם אָטעם. כּמעט בײַם אָנהייב פֿון זײַן רעדע האָט ער שוין געזאָגט: „מיר וועלן קיין מאָל נישט וויסן די סיבה פֿאַר וואָס זעקס קדושים, צוזאַמען מיט 158 אַנדערע, זײַנען אַוועקגעריסן געוואָרן פֿון אונדז אויף זייער אַ באַרבאַרישן און אוממענטשלעכן אופֿן“.

„זעקס קדושים‟, יאָ, אָבער פֿאָרט „צוזאַמען מיט 158 אַנדערע‟.

שפּעטער אין אָוונט האָט מען מודיע געווען די געסט וועגן די פּלענער פֿאַרן נײַעם בית־חב״ד. די דרײַ אונטערשטע גאָרנס וועט מען ניצן פֿאַר אַ מיקווה, אַ רעסטאָראַן, אַ שיל און ביוראָען; אויף די דרײַ אייבערשטע גאָרנס וועט זיך געפֿינען אַ מוזיי, אין אָנדענק פֿון הרבֿ האָלצבערג און זײַן פֿרוי. די טעמע פֿון דעם מוזיי וועט אָבער זײַן די שבֿע מיצוות בני־נח — די זיבן געבאָט, וואָס זענען, לויט דער ייִדישער טראַדיציע, געצילעוועט אויף דער גאַנצער מענטשהייט: זעקס לאַוון קעגן עבֿודה־זרה, גנבֿה, עריות, שעלטן גאָט, רציחה, און עסן פֿלייש פֿון אַ חיה בשעת זי איז נאָך אַלץ בײַם לעבן, און איין מיצווה, דהײַנו, אויפֿצושטעלן געריכטן.

פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ באַווײַז פֿון אַ געוויסער עוואָלוציע אין דעם חב״ד־צוגאַנג אַקעגן די אינדיער. לייגנדיק דעם טראָפּ אויף אָט דעם נײַעם בנין, אויף די אוניווערסאַלע אַספּעקטן פֿון יהדות, האָבן זיי, אַזוי צו זאָגן, מוסר־מודיע געווען, אַז פֿון איצט אָן וועט די חב״ד־פֿאַרבינדונג זײַן נישט בלויז מיט די אָרטיקע און אויסלענדישע ייִדן, נאָר מיט אַלע אינדיער. די שבֿע מיצוות בני־נח בפֿרט, זײַענדיק אַ צונויפֿפֿלעכט פֿון גײַסטיקע און געזעלשאַפֿטלעכע מיצוות, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַל מיטל אויסצושטרעקן די האַנט צו די אינדיער. אינדיע און אינדישע רעליגיעס האָבן אַ סך וואָס איבערצוגעבן די ייִדן וועגן דער נאַטור פֿונעם אייבערשטן, אָבער ייִדן קענען אויך לערנען די אינדיער וועגן די מאָראַלישע און געזעלשאַפֿטלעכע קאָמפּאָנענטן פֿון אמונת־הבורא.

דער 26סטער נאָוועמבער איז אַ דאַטע, וואָס לאָזט זיך מיר נישט גרינג צו פֿאַרגעסן, אָבער דער 25סטער אויגוסט איז נאָך אַ דאַטע — אַ נײַע דאַטע, וואָס רעפּרעזענטירט אַ מער אָפֿענעם און פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די אינדיער און דער אינדישער קולטור. מיט דעם וואָלט גאַבי זיך זיכער געפֿרייט.