מע רײַסט זיך שוין ווידער...

The Bickering Continues...


פֿון עמיל קאַלין

Published October 01, 2014, issue of October 24, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

ער טוט אַ מאַך מיט דער האַנט: „נישט אמת…‟ בשעת די געסט בײַם טיש האָבן געקעמפֿט מיט די גרויסע פּאָרציעס פֿלייש, געפֿינען ער־און־זי נײַע סיבות זיך צו קריגן: צי מע מאַכט דעם סאָוס צום פֿלייש מיט ציבעלעס? צי זענען די קאַרטאָפֿליעס ווייך צי נישט? ווי עס האָט געהייסן דער בילד-שיינער אַקטיאָר אין עפּעס אַן אַלטן פֿילם, און וואָס איז געווען דער סיפּור-המעשׂה, און ווי אַזוי האָט ער זיך פֿאַרענדיקט?

ווײַטער האָבן זיך אינעם שמועס אָנטייל גענומען אַלע געסט, און ס׳איז אַוועק אַ רייד וועגן פּאָליטיק, וועטער, טראַפֿיק אין שטאָט און אויף די גאַסן, פֿון וואַנען האָט מע געקראָגן די טעלער מיט די רויזן — אַ מתּנה פֿון דער אַרבעט אָדער פֿון אַ ווײַטן פֿעטער?

זי דערלאַנגט צום טיש דעם לעקעך.

ער שנײַדט זיך אָפּ אַ פֿעט שטיקל, גיט אַ בײַס אָפּ, און רעדט מיט אַ פֿול מויל: „אין רומעניע, פֿלעג מען צום לעקעך אויכעט צושטעלן אַ טעלערל מיט אײַנגעמאַכטס‟.

צעפֿלאַקערט זי זיך: „וואָס עפּעס? קיינמאָל נישט!‟

„אַזוי געדענק איך.‟

„געדענקסט נישט ריכטיק. פֿאַרמישסט די יוצרות‟.

„נישט ריכטיק? איך געדענק אַפֿילו מיט וואָסער אײַנגעמאַכטס. אַן אײַנגעמאַכטס פֿון ביטערע קאַרשן. קליינטשיקע אַזעלכע, וואָס די פּויערטעס פֿלעגן ברענגען אין שטאָט אַרײַן. אַזוינע קאַרשן זענען געוואַקסן לעבן יאַס‟.

„נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן. ביטערע קאַרשן האָט מען געהאַט ערשט סוף-פֿרילינג‟.

„ניין, אָנהייב האַרבסט…‟

„פֿרילינגס־צײַט, זאָג איך דיר!‟

ער טוט אַ צי מיט די אַקסלען און דערמיט נעמט צו דער קריגערײַ אַן עק.

אַז מע שטייט אויף פֿון דעם טיש, זענען די בײַכער, די פֿיס און די קעפּ שווער. מע וואַקלט זיך פּאַוואָליע צו צו דער טיר און מע ווינטשט זיך איינער דעם אַנדערן: ס׳זאָל אויסגיין דאָס פֿריִערדיקע יאָר, צוזאַמען מיט די קללות, און עס זאָל זיך אָנהייבן אַ יאָר מיט ברכות. און די אַמאָליקע מאַן־און־ווײַב ווינטשן זיך אין האַרצן: „און מע זאָל זיך רײַסן ווײַטער‟.