(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, נאָך אַ פּאָעט פֿון דער בוקעווינע, איז אַוועק אין דער אייביקייט צו 93 יאָר. איך בין געווען מיט איר עטלעכע וואָכן פֿאַר איר טויט, ווען ס’איז אָנגעקומען שפּיגלבלאַטס נײַ בוך, און זי האָט זיך זייער געפֿרייט. ווי אַנדערע האָבן באַמערקט, האָט זי אָפֿט געשריבן וועגן דעם כּוח פֿון שאַפֿן: דאָס שאַפֿן סײַ ווערטער מיט דער פּען, סײַ דאָס שאַפֿן צייכענונגען פֿון גאַסן־סצענעס מיט אַ בלײַער.
רירעוודיקער עדות
ווען אַלץ איז פֿאַרדרימלט
און די גאַס הויכט אויס
איר לעצטן רעש
ווערט די פּען
וואָס נאָענט צו דער האַנט
אַ רירעוודיקער עדות
פֿון די נאַכטישע געשפּינען
אַ נאַקעטע וואָר
געבוירן אין טיפֿן
שלונד פֿון חשכות
באַלייט פֿון הילכיקע
גלעקלעך פֿון שווײַגן.
(פֿון „פּערפּל שלענגלט זיך דער וועג‟, 2002)
דרײַ טעג נאָך שפּיגלבלאַטס פּטירה — דעם 28סטן נאָוועמבער — איז מײַן מאַמע — די פּאָעטעסע, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן נפֿטר געוואָרן אין ניו־יאָרק. בײַם דערציילן מענטשן וועגן דער מאַמען, ווען זי האָט נאָך געלעבט, האָט זיך בײַ מיר כּמעט אַרויסגעכאַפּט, אַז זי איז דער לעצטער ייִדישער פּאָעט אין ניו־יאָרק פֿונעם אַלטן דור, אָבער איך האָב זיך דערמאָנט אין יאָני פֿײַן, און זיך צוריקגעהאַלטן. איז וואָס טוט גאָט — יאָני פֿײַן איז אַוועק פֿון דער וועלט אַ וואָך שפּעטער פֿון דער מאַמען, דעם 6טן דעצעמבער, אין ברוקלין, צו 100 יאָר.
פֿײַן, אַ געבוירענער אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, אָבער אַ לאַנג־יאָריקער ווילנער, איז געווען אַ מענטש מיט אַ גרויסן טעמפּעראַמענט. אפֿשר האָט אים דווקא דאָס געהאָלפֿן זײַן אַזוי שאַפֿעריש, סײַ מיט זײַנע ריזיקע אַבסטראַקטע מאָלערײַען, סײַ מיט זײַנע ייִדישע לידער. זײַן לעצטע זאַמלונג „דער פֿינפֿטער זמן‟, איז אַרויס אין 2008, ווען ער איז שוין געווען 95 יאָר אַלט. פֿײַן האָט פֿאַרמאָגט אַ ברייטע וויזיע פֿון זיך און זײַנע לידער, און מע קען אים בפֿירוש אָנרופֿן אַ נאַציאָנאַלער פּאָעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.